דרעפט:נעגל וואסער

פון המכלול
ווערסיע פון 05:05, 26 אפריל 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (התחלה בס"ד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נעגל וואסער (אדער נטילת ידים שחרית - "וואשן הענט אינדערפרי") איז א תקנת חז"ל, לויט וואס א מענטש וואס ערוועקט זיך פון שלאף אינדערפרי איז מחויב צו וואשן די הענט, און מען זאגט דערויף א ברכה. דאס וואסער ווערט ארויסגעגאסן פון א כלי דריי מאל, בסירוגין, איבער יעדע האנט. אין די ראשונים ווערן געברענגט פאַרשידענע טעמים אויפ'ן מהות און סיבה פון דער תקנה.

די טעם פאַר דעם וואַשן זענען פארשידענע: צו באַזייטיגן אַ בייזן גייסט פון די פינגער, אָדער אלס הכנה צו שחרית, אָדער צו מאַכן די הענט פיזיש ריין איידער מאכן ברכות און לערנען תורה. דאס ווערט געטאן ביים זיך ערוועקן פון אַ גאַנצע נאַכט'ס שלאָף, אָדער אפילו נאָך אַ לאַנגע דרימל.


אין דער גמרא ווערט דערמאנט, אַז מ'האָט מתקן געווען צו מאכן א ברכה אויף די נטילה. דער נוסח פון דער ברכה – וואָס איז אַ טייל פון די ברכות השחר – איז: "ברוך אתה ה’ אלקינו מלך העולם אשר קדשנו במצוותיו וצונו על נטילת ידים".