רבי ישעיה שטיינער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ שם השושלת, צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

קערעסטירער רבי
רבי ישעיה שטיינער
Steiner, R' Yeshaya.jpg
געבורט ה'תרי"א
זבאראוו נעבן בארדיוב (היינט אין סלאוואקיע)
פטירה
קערעסטיר
מקום קבורה קערעסטיר
רבי'ס רבי צבי הירש פון ליסקא
רבי חיים האלבערשטאם
רבי מרדכי לייפער (נאדווארנא)
ווייב שרה טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק
ערשטער קערעסטירער רבי
ציון פון רבי ישעי'לע קערעסטירער

רבי ישעיה שטיינער (ווערט גערופן רבי ישעי'לע קערעסטירער; ה'תרי"א, 1851 - ג' אייר ה'תרפ"ה, 1925) איז געווען דער ערשטער קערעסטירער רבי, האט געוואוינט אין קערעסטיר נעבן מישקאלץ אין אונגארן.

ביאגראפיע

רבי ישעי'לע איז געבוירן געווארן תרי"א-תרי"ב צו רבי משה און מרת הענטשא מרים שטיינער, אין דארף זבאראוו נעבן בארדיאוו (היינט צוטאגס אין סלאוואקיע). ווען ער איז אלט געווען בלויז דריי יאר איז זיין טאטע נפטר געווארן. אין עלטער פון צוועלף יאר האט אים זיין מאמע געשיקט קיין ליסקא, צו רבי צבי הירש פון ליסקא, וועלכער האט אים געשיקט לערנען אין סעמיהאלי. נאך א האלבע יאר איז ער פון דארט צוריק קיין ליסקא און האט געלערנט עטליכע יאר ביי רבי צבי הירש, וואס האט אים מיט די צייט אויך אויפגענומען אלס אייגענעם משמש בקודש. אום ד' ניסן ה'תרל"ה האט ער חתונה געהאט מיט שרה, א טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק.

ער פלעגט אויך פארן צו רבי מרדכי פון נאדווארנא, רבי שמואל פרענקל פון דאראג, רבי חיים האלבערשטאם פון צאנז, און נאך. ער איז אלעמאל געבליבן נאנט צו זיין רבי'ן פון ליסקא, און במשך זיין גאנצע לעבן פלעגט ער זיך אונטערשרייבן אלס זיין משמש[1].

נאך די פטירה פון רבי צבי הירש פון ליסקא איז ער אויפגענומען געווארן דורך רבי מרדכי פון נאדווארנא אלס רבי אין ליסקא (צו דער זייט פון רבי חיים פרידלענדער, איידעם פון רבי צבי הירש), אבער נאך אנגעצויגנקייט און רדיפות פון חסידים וואס האבן דאס נישט אנגענומען האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין קערעסטיר[2]. אנקומענדיג קיין קערעסטיר איז ער געווארן בארימט אלס א גרויסער "בעל מופת", און טויזנטער אידן זענען צו אים געפארן.

רבי ישעי'לע איז געווען באקאנט אלס א גרויסער מכניס אורח. ער האט געטיילט ריזיגע געלטער פאר צדקה, און ווען ער האט נישט געהאט אייגנס צו געבן האט ער געבארגט פאר דעם צוועק[3].

פאמיליע

אכט פון זיינע צוועלף קינדער זענען אוועק אין די יוגנט[4], די פארבליבענע זענען ווי פאלגנד:

  • רבי אברהם שטיינער.
  • מרת קריינטשא גראס פרוי פון הרב שמואל גראס אב"ד קראלי.
  • מרת רבקה פייגא קליין פרוי פון הרב ראובן חיים קליין אב"ד סאנינא.
  • מרת רחל לאנדא פרוי פון הרב ר' ישראל אברהם אלטער לאנדא אב"ד עדעלין און מחסר ספר 'בית ישראל'[5]

הנצחתו

ר' ישעי'לע האט באפוילן זיינע קינדער פאר די פטירה אז זיי זאלן ממשיך זיין זיינע פעולות פון צדקה וחסד, זיי האבן טאקע אזוי געטוהן, און ביזן היינטיגן טאג זענענן זיינע אייניקלעך עוסק אין די ענינים. די לעצטע יארן ווערט דאס באדייט צווישן אנדערע דורך עסן און טרינקען אין רי ישעי'עלעס הויז אין אונגארן[6], אזוי אויך איז פארהאן אין ארץ ישראל א ברייטע ארגעניזאציע רב להושיע וואס פארטיילט פאר טויזנטער בעיביס צו עסן.
אין אסאך פלעצער איבער די גארער וועלט טיילט מען דורכאויס די גאנצע יאר עסן און טרינקען אויף אסאך סארטן פלאטפארמעס

סאיז דא וואס האלטן זיינס א בילד פאר א סגולה דערווייטערן מייז[7], טראץ דעם וואס ביי די אייניקלעך איז אנגענומען אז סהאט נישט קיין אמת'ן מקור, און רבי ישעי'עלע אליינס האט זיך קעגנגעשטעלט צו אים פאטאגראפירן[8].

אין נחליאל איז אויפגעשטעלט געווארן "ישיבת ישועת מרדכי" לזכרו[9].

ליינט מער

  • יוסף מרדכי גינצלער, מי באר ישעיהו, טארנא סלאוואקיי תרפ"ח
  • ישראל יעקב וידאווסקי, תולדות הצדיק ר' ישעיה'לע מקערעסטיר, ירושלים: מכון אבן ישראל, תשנ"ו
  • שלום אליעזר ליכטענשטיין, מנחם מענדל רובין (עורכים), מופת הדור: תולדות חייו והליכות דרכו ... של ... רבי ישעיה שטיינער, הנקרא בפי כל רבי ישעי'לע קערעסטירער, ברוקלין תשע"א 2010

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ”הק' ישעי' בן מו"ה משה ז"ל שהי' משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע”. פאָטאָגראַפיע פון ​​די חתימה איז פארהאן אין ספר פון הרב וידאווסקי זייט 13
  2. מופת הדור עמוד ע"ז
  3. מי באר ישעיהו, עמ' לח
  4. זעט א שמועס אויף אייוועלט.
  5. ליינט אויף אים דא.
  6. "Rabbiház" – רבי ישעי'לעס הויז אויף גוגל מאפעס
  7. אויף דרשו זייטל.
  8. מופת הדור זייט תצ.
  9. די ישיבה זייטל.

מוסטער:חסידויות

מוסטער:בקרת זהויות


קאטעגאריע:אדמו"רים הונגרים קאטעגאריע:ילידי 1851

קאטעגאריע:הונגרים שנפטרו ב-1925 קאטעגאריע:רבנים שנפטרו בחודש אייר