רוי:האמערסמיט און סיטי ליניע
מאפע קאליר | סאלמאן רויז | ||||||||||||||||||||||||||||||||
ערשט אפערירט | 1863 | ||||||||||||||||||||||||||||||||
טיף | אונטער אייבערפלאך | ||||||||||||||||||||||||||||||||
בארעדערטער סטאָק | S7 סטאק (7 וואגנס) | ||||||||||||||||||||||||||||||||
סטאנציעס | 29 | ||||||||||||||||||||||||||||||||
לענג (ק"מ) | 25.5 | ||||||||||||||||||||||||||||||||
לענג (מיילן) | 15.8 | ||||||||||||||||||||||||||||||||
וואקזאלן | האמערסמיט[1] | ||||||||||||||||||||||||||||||||
רייזעס | 114.6 מיליאן (2011) (א יאר) | ||||||||||||||||||||||||||||||||
באן ליניעס פון טראנספארט פאר לאנדאן | |||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
די האמערסמיט און סיטי ליניע איז א ליניע אין דעם לאנדאנער אונטערגרונט, און זיין קאליר אויף דער אונטערגרונט מאפע איז סאלמאן רויז.
די ליניע הייבט אן פון האמערסמיט, אדורך צענטראל לאנדאן ביז בארקינג. דער צענטראלער טייל פון פאדינגטאן ביז בא ראד איז אונטער דער ערד (14 סטאנציעס).
די האמערסמיט און סיטי ליניע טיילט באלד גאר די רעלסן און אלע סטאנציעס מיט די דיסטריקט, מעטראפאליטאן און קרייז ליניעס.
היסטאריע
אום 10טן יאנואר 1863 האט די מעטראפאליטאן באן אנגעהויבן דער וועלט׳ס ערשטע אונטערגרונט באן דינסט צווישן פאדינגטאן און פֿארינגדאן מיט דאמף לאקאמאטיוון.. די ערשטע ליניע האט פארבונדן די הויפטליניע לאנדאנער סוף־סטאנציעס פאדינגטאן, יוסטאן און קינגס קראס. א יאר נאכהער האט געעפנט א באן מערב פון פאדינגטאן קיין האמערסמיט. ביסלעכווייז האט מען פארלענגערט די ליניע קיין מזרח. אין 1906 האט מען עלעקטריפיצירט די באן. אין 1936 ווען די מעטראפאליטאן באן איז געקומען אונטערן לאנדאנער פאסאזשירן טראנספארט דירעקטאריום האט מען פארלענגערט טייל האמערסמיט און סיטי באנען אריבער דער געוועזענער דיסטריקט באן ליניע קיין בארקינג. ביז 1990 האט מען געוויזן די ליניע ווי א טייל פון דער מעטראפאליטאן ליניע; זייט דעמאלסט ווערט זי געוויזן באזונדער.
,
רוטע
מאפע
פאקטן
די האמערסמיט און סיטי ליניע איז לאנג 25.5 קילאמעטער (15.8 מייל). די ליניע האט 29 סטאנציעס און ווערט באדינט פון S סטאק באנען, מיט 7 וואגאנען אין יעדן צוג.
רעפערענצן
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןTfl Key Facts