רוי:לאנדאנער אונטערגרונט מאפע
די לאנדאנער אונטערגרונט מאפע איז א טאפאלאגישער געמעל פון דער לאנדאנער אונטערגרונט וואס איז א ניצליכע מאפע פאר פאסאזשירן.
די מאפע ווייזט נישט וואו די סטאנציעס זענען געאגראפיש. הארי בעק, וואס האט זי געשאפן אין 1931[1], האט פארשטאנען אז אזוי ווי די באן פארט אונטער דער ערד, איז די געאגראפע נישט שטארק וויכטיג; די עיקר זאך וואס אינטערעסירט די פאסאזשירן איז וויאזוי מען קומט פון איין סטאנציע צו א צווייטער. פאר דעם צוועק האט בעק געמאכט א טאפאלאגיש געמעל (א "גראף"). כדי די מאפע זאל זיין גאנץ פשוט, האט בעק געשריבן אויף דער מאפע נאר די נעמען פון די סטאנציעס, און האט געמאלט אלע ליניס נאר האריזאנטאל, ווערטיקאל אדער דיאגאנאל מיט א ווינקל פון 45 גראד (ווינקל).
די פארוואלטונג פון דער באן איז געווען זייער סקעפטיש וועגן דער נייער מאפע, און האט נאר געמאכט געציילטע עקסעמפלארן. אבער די מאפע איז אינגיכן געווארן גאר פאפולער, און היינט זי געפינט זיך אין אלע לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציעס און ס'איז געווארן כמעט א סימבאל פון לאנדאן.
במשך די יארן איז די מאפע געווארן געענדערט עטליכע מאל, אבער זי פאלגט נאכאלץ בעק'ס פלאן. די היינטיגע מאפע ווייזט די אונטערגרונט, די לאנדאנער איבערגרונט, די דאקלאנדס לייכטע באן און טראמלינק.
דרויסנדיגע לינקס
- לאנדאנער אונטערגרונט מאפעס
- היסטאריע פון מאפעס פון דער לאנדאנער אונטערגרונט
- ארכיוו פון מאפעס פון דער לאנדאנער אונטערגרונט
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!