רבי אהרן הגדול פון קארלין


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

ליידיגע פאראמעטער [ חתימה, מקום פטירה, צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי אהרן הגדול פון קארלין
געבורט 1736
ה'תצ"ו
פטירה 1772 (אלט: 36 בערך)
י"ט ניסן ה'תקל"ב
ערשטער אדמו"ר

רבי אהרן פערלאוו פון קארלין (ה'תצ"ו (1736) – י"ט ניסן ה'תקל"ב (22סטן אפריל 1772)) איז געווען פון די ערשטע חסידי'שע רבי'ס, א תלמיד פון מעזריטשער מגיד, איינער פון די גרעסטע פארשפרייטער פון תורת החסידות אין די ליטא געגנט, און דער גרינדער פון קארלין דינאסטיע. ער ווערט אנגערופן רבי אהרן הגדול.

ביאגראפיע

געבוירן געווארן אין יאנאווא צו יעקב און פּערל[א] אין זיין יוגנט האָט ער געלערנט אסאך ש"ס און פוסקים. אונטער דער השפּעה פון זיין מוטערס ברודער, רבי מאנעלע פון קארלין, איז ער געווארן נאנט צום מעזריטשער מגיד וועלכער האט איבערגענומען דעם בעל שם טוב, און איז געוואָרן איינער פון זיינע חשוב'ע תלמידים. נאך ווען זיין רבי האט געלעבט האט ער שוין געגרינדעט דעם חסידישן צענטער אין דער שטאָט קארלין (היינט א פאָרשטאָט אין דער שטאָט פינסק אין ווייסרוסלאַנד). אינאיינעם מיט רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק האָט ער פאַרשפּרייט די תורת החסידות איבער גאנץ ליטא. א באווייז איבער זיין גרויסע השפּעה איז דער פאַקט אַז די קעגנערס פון דער חסידישער באַוועגונג וואָס האָבן אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער צייט, פלעגן רופן אַלע חסידים “קארלינער”[מקור פארלאנגט].

איינע פון ​​די אייגנשאפטן פון זיין שיטה איז געווען דער מנהג צו דאווענען מיט התרגשות און התלהבות ביז א געשריי. דער פירערשאפט עקזיסטירט ביז היינט אינעם קארלינער הויף. רבי אהרן, וועלכער האט געהאט א מוזיקאלישן חוש, איז דער מחבר פון דעם באקאנטן זמר י-ה אכסוף. דער זמר איז פון די איינציגסטע חסיד'ישע זמירות וואָס זענען אַריין אין זמירות שבת און ווערט געזונגען ביזן היינטיגן טאָג אין אַ גרויסן טייל פון די חסידישע הויפן, אין עטליכע ניגונים. לויט ווי מקובל ביי חסידים, איז דער זמר געשאַפן געוואָרן אויפן באַפעל פון זיין רבי'ן, דער מגיד.

רבי אהרן האט זיך אסאך באהאנדלט מיט קירוב רחוקים. לויט וואס ווערט דערציילט האט ער מחזיר בתשובה געווען בערך אכציג טויזנט אידן[2].

רבי אהרן איז אוועק אין זיין יוגנט, ווען ער איז געווען בלויז 36 ​​יאר אלט. אויף זיין מצבה אויפן בית החיים אין קארלין שטייט: "זכה וזכה את הרבים כמה וכמה פעמים ומסר את נפשו במסירות נפש על זה, לפי שכלו לזכות את הרבים והיה מוכיח לרבים בתוכחת מגולה ואהבה מסותרת לקרב את ישראל לאביהם שבשמים וליחדם בייחוד גמור".

זיינע דברי תורה זענען געברענגט געווארן אין די כתבים פון זיינע תלמידים, און בפרט אין די ספרים פון זיין אייניקל רבי אהרן פון קארלין (צווייטער), מחבר פונעם ספר "בית אהרן". דעם ארט פון רבי אהרן הגדול האט איבערגענומען זיין תלמיד און חבר, רבי שלמה פון קארלין, וועלכער איז אויך געווען פאראנטווארטליך פאר דער ערציאונג און חינוך פון רבי אשר פון סטאלין (דער ערשטער), דער זון פון רבי אהרן, און דעם דריטער רבי אין דער דינאסטיע. פון קארלינער חדר שטאמען, צווישן אנדערע, חסידות לודמיר, לעכאוויטש, קאברין, סלאנים און קוידינאוו.

פאמיליע

רבי אהרן און זיין ווייב לאה האבן געהאט פיר קינדער:

  • זייער עלטסטער זון, רבי יעקב[3] ואס איז ארויף קיין ארץ ישראל און האט געוואינט אין צפת און אין טבריה.
  • רבי אשר - שפעטער דער רבי פון קארלין.
  • חיה שרה, די ווייב פון רבי מרדכי פון טשערנאביל.
  • און רבקה, די ווייב בזיווג שני פון רבי שלום שכנא אלטשולער[4].

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. פון זיין מוטער'ס נאָמען, פּערל, שטאמט די משפחה נאמען פון דער קאַרלינער דינאַסטיע - "פערלאָוו"[1].

רעפערענצן


  1. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    דוד חיים זילבערשלאג, כרם החסידות, ניסן תשמ"ה
  2. ישראל סבא ז' י"ח; שפע חיים על תורה ומועדים עמ' ג'
  3. א ברייטער באשרייבונג איבער אים.
  4. נאך די פטירה פון זיין ווייב דבורה לאה, טאכטער ​​פון בעל התניא.



פריערדיגער:
{{{פאריגער}}}
אדמו"רי קרלין קומענדיגער:
{{{נעקסטער}}}

קאטעגאריע:תלמידי המגיד ממזריטש קאטעגאריע:אדמו"רי קרלין קאטעגאריע:רבנים בלארוסים קאטעגאריע:רבנים ליטאים קאטעגאריע:קרלין: רבנים [[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]