נחשון בן עמינדב

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פערזענליכקייט

פאראמעטער [ מקום פטירה, צאצאים, מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

נחשון בן עמינדב
תקופה יציאת מצרים, דור המדבר
בתנ"ך
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות ו, כג;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".במדבר א, ז;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ז, יב;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".י, יד

נַחְשׁוֹן בֶּן עַמִּינָדָב איז געווען דער נשיא פון שבט יהודה, דער ברודער פון אלישבע בת עמינדב (וואס איז געווען חתונה געהאט צו אהרן הכהן), און דער זיידע פון ​​בועז דער מאַן פון רות, וואס פון זיי איז אַרויסגעקומען דוד המלך.

ביי יציאת מצרים איז ער געווען דער ערשטער אריינצושפּרינגען אין ים סוף איידער דער ים האט זיך צעשפּאָלטן, און האט דערמיט באוויזן זיין אמונה אין גאט, און געווארן א סימבאל פון אריגינאליטעט און פּיאנערשאפט.

אין די תורה

נחשון ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין דער תורה ווען אהרן הכהן האט געהייראט אלישבע: "וַיִּקַּח אַהֲרֹן אֶת אֱלִישֶׁבַע בַּת עַמִּינָדָב אֲחוֹת נַחְשׁוֹן לוֹ לְאִשָּׁה" (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות ו, כג)[1]. פון פסוק ווייזט אויס אז ער איז געווען עלטער ווי אהרן[2].

ביי די תקופה אין מדבר האָט נחשון געדינט אַלס נשיא פון שבט יהודה, און איז געווען דער ערשטער פון די נשיאים וואָס האָט מקריב געווען די קרבנות הנשיאים, אין טאג פון חנוכת המשכן, א' ניסן אינעם צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט).

דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר איז נחשון געגאנגען דער ערשטער און געפירט זיין שבט פאראויס פון אנדערע[3].

אין די שפעטערדיגע יארן ווערט נחשון נישט דערמאנט. לויט חז"ל איז ער נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים[4].

אין מדרש

די מעשה פון נחשון ביי קריעת ים סוף ווערט געברענגט אין גמרא מסכת סוטה:

היה רבי מאיר אומר, כשעמדו ישראל על הים, היו שבטים מנצחים זה עם זה. זה אומר: אני יורד תחילה לים וזה אומר: אני יורד תחילה לים. מתוך שהיו עומדים וצווחים - קפץ שבטו של בנימין וירד לים תחילה. אמר לו רבי יהודה: לא כך היה מעשה, אלא זה אומר אין אני יורד תחילה לים וזה אומר אין אני יורד תחילה לים. מתוך שהיו עומדין ונוטלין עצה אלו באלו קפץ נחשון בן עמינדב וירד לים תחילה"

סוטה לו, ב
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".סוטה לז, א[5]

אין מעשה נסים אויף הגדה של פסח, שרייבט רבי יעקב פון ליסא, אז נחשון בן עמינדב האט זוכה געווען אריינצושפרינגען ערשט אין וואסער און אז דער ים זאל זיך שפאלטן, א דאנק די גבורת הנפש פון זיין באבע תמר[6].

אין השקפה סימבאליזירט נחשון די נאטירליכע השתדלות וואס דער מענטש מוז מאכן אלס א וועג צו באקומען הילף פון גאט, אנשטאט צו זיצן מיט פארלייגטע הענט און ווארטן אויף א נס, אזויווי נחשון בן עמינדב איז אריינגעשפרינגען אין ים סוף אפילו בעפאר עס האט זיך צעשפאלטן, און ערשט נאכדעם וואס ער האט דערגרייכט א טיפעניש וואו דאס וואסער האט אים דערגרייכט ביזן האלז, האט זיך דער ים געשפאלטן.

מיט די דורות איז נחשון געוואָרן אַ סימבאָל וואָס רעפּרעזענטירט אָריגינעלקייט און מוט.

חז"ל דערמאנען אז ער איז געווען ווי א מלך צווישן די אנדערע נשיאים[7]. נחשון איז געווען אן "אוהב שלום ורודף שלום", ווי זיין שוואגער אהרן הכהן[8].

זיין שכר

ווי דערמאנט איז ער אריינגעשפרינגען דער ערשטער אין ים סוף, וואס מיט דעם האט ער זיך פארדינט ווי פאלגנד:

קינדער

זיינע זין זענען געווען שלמון, אלימלך, פלוני אלמוני, און דער טאטע פון נעמי[15]. פון שלמון'ס קינדער איז ארויס דוד המלך און נאך אים די גאנצע מלוכה דינאסטיע.

אין סוף מגילת רות[16] איז באשריבן דער סדר היחס פון נחשון ביז דוד המלך, ווי פאלגנד:

וְאֵלֶּה תּוֹלְדוֹת פָּרֶץ, פֶּרֶץ הוֹלִיד אֶת חֶצְרוֹן. וְחֶצְרוֹן הוֹלִיד אֶת רָם, וְרָם הוֹלִיד אֶת עַמִּינָדָב. וְעַמִּינָדָב הוֹלִיד אֶת נַחְשׁוֹן, וְנַחְשׁוֹן הוֹלִיד אֶת שַׂלְמָה. וְשַׂלְמוֹן הוֹלִיד אֶת בֹּעַז, וּבֹעַז הוֹלִיד אֶת עוֹבֵד. וְעֹבֵד הוֹלִיד אֶת יִשָׁי, וְיִשַׁי הוֹלִיד אֶת דָּוִד.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. די סיבה צוליב וואס אלישבע ווערט אויך דערמאנט אלס שוועסטער פון נחשון און נישט נאר מיטן נאמען פון איר פאטער עמינדב, איז צו אונז לערנען אז איינער וואס הייראט א פרוי, זאל קודם איבערקוקן ווער זענען אירע ברודער, רש"י אויפן ארט. זעט אויך אבן עזרא אויפ'ן ארט, אז דערפאר האט אהרן באקומען די כהונה און נישט משה, ווייל זיינע קינדער זענען געווען פון די קעניגליכע משפחה פון נחשון
  2. סדר הדורות, שנת ב' אלפים תשפ"ז
  3. במדבר י, יד
  4. סדר עולם רבה, פרק י"ב. זעט אויך אבן עזרא, רות ד, כ, אז די סברא זאגט אז ער איז נפטר געווארן אין מדבר
  5. עס ווערט אויך געברענגט, מיט קליינע שינויים, אין מכילתא בשלח פרשה ב
  6. דף על הדף בבא מציעא, נט, א
  7. ספרי, פרשת נשא פיסקא מ"ז. זעט אויך העמק דבר אויף במדבר ז, יב, אז פונקט ווי אין די צייטן פון די תנאים איז "גדול מרבן - שמו", איז נחשון אויך געווען גרעסער ווי דער טיטל "נשיא" מיט וואס די אנדערע נשיאים ווערן באצייכנט
  8. מדרש הגדול, שמות ו, כג
  9. מכילתא בשלח ה; פרקי דרבי אליעזר מב; במדבר רבה יג.
  10. מסכת סוטה לז, א; מכילתא בשלח פרשה ה.
  11. במדבר רבה, פרשה י"א
  12. במדבר ז, יב
  13. במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה ז'. אין ילקוט שמעוני במדבר, תשי"ד, שטייט אז די נשיאים האבן אויסגעוועלט אז נחשון זאל מקריב זיין דער ערשטער, צוליב זיין קידוש השם
  14. ילקוט שמעוני במדבר, תשל"ו
  15. בבא בתרא צא, א
  16. רות ד, יח–כב


טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער