רוי:ישראל אקסנפעלד

פון המכלול
ווערסיע פון 13:01, 17 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

ישראל אַקסנפעלד (1787, נעמיראָוו – 1866, פּאַריז) איז געווען אַ ייִדישער ראָמאַניסט און דראַמאַטורג, איינער פון די גרונטלייגער פון דער השכלה-ליטעראַטור אויף ייִדיש.


לעבנס-געשיכטע

ישראל אַקסנפעלד איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל נעמיראָוו (דאַן – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע, יעצט – אין באַשטאַנד פון אוקראַיִנע). אין דער יוגנט איז ער געווען אַ חסיד פון רבי נחמן בראַסלעווער. אין 1812 – 1813 איז ער אַלס ליפעראַנט פון דער רוסישער אַרמיי געווען אין דייטשלאַנד. שפּעטער האָט ער באַזוכט בראָד (דאַן – אין באַשטאַנד פון דער עסטרייכישער אימפּעריע), וועלכע איז געווען איינער פון די צענטערס פון דער השכלה. קאָנטאַקטן מיט דייטשישע און גאַליצאַנער משכילים האָבן אים פאַרוואַנדלט אין אַ פאַרביסענעם שונא פונעם חסידות. אין 1824 האָט ישראל אַקסנפעלד זיך באַזעצט אין אָדעס, וואוּ ער האָט זיך פאַרנומען מיט אַדוואָקאַטור און מסחר. אין 1864 איז ער אַריבערגעפאָרן קיין פּאַריז, וואוּ ער איז געשטאָרבן מיט צוויי יאָר שפּעטער.


ליטעראַטור-שאַפונג

טעקע:אמנטאלאגיע פינף הונדערט יאהר אידישע פאעזיע.djvu ישראל אַקסנפעלד האָט אָנגעשריבן 30 ראָמאַנען און פּיעסעס. די הויפּט-שפּראַך פון זיין שאַפונג איז געווען אידיש. ייִדישע אַרויסגעבער פלעגן זיך אָפּזאָגן פאַרעפנטליכן זיינע ווערק צוליב דעם עקסטרעמען אַנטי-חסידות זייערן. פונדעסטוועגן האָבן ישראל אַקסנפעלדס ווערק געהאַט אַ באַדייטנדע פּאָפּולערקייט. מען פלעג זיי פאַרשפּרייטן אין האַנט-געשריבענע קאָפּיעס. ביים שרייבערס לעבן זענען אין אַ בוך-פאָרם אַרויסגעגעבן געוואָרן בלויז דער ראָמאַן "דאָס שטערנטיכל" (1861) און די פּיעסע "דער ערשטער ייִדישער רעקרוט" (1862). ישראל אַקסנפעלדס "געזאַמלטע ווערק" אין צוויי בענדער זענען דערשינען אַ סך יאָרן נאָך זיין טויט (דער ערשטער באַנד – 1931, דער צווייטער באַנד – 1938).


ליטעראַטור וועגן ישראל אַקסנפעלד

  • ורדה גרנות, קוי יסוד ליצירתו של ישראל אקסנפלד בספור ובדרמה, תל-אָביב, 1995


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!