באַניצער:שווערמער/אלטע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נאך א שעה

אין א הייזל אין אן אלטן, זיצט א איד ר' יענקל,
טאג און נאכט ביים מכלול זיצט ער, שרייבט דארט אן ארטיקל,
פאר וועמען איז אט דער המכלול גאר אן א חסרון?
פארן מלך המשיח, באלד קומט ער צו פארן!

אך ווי טייער, אין לשער,
ס'קומען גוטע יארן!
נאך א טאג, נאך א שעה
און ער קומט צו פארן!

עפ"י ר' יו"ט עהרליך

המכלול, דארפסט זיך גארנישט שעמען

הערט נאר אויס א מעשה ליבע אידן,
מיינע צרות אלץ א מִכְלוֹלָאִי,
איך בין נישט געווען אזוי צופרידן,
פון אן ערך נישט אזוי כראוי,

איינער פון די עורכי אספקלריה,
טיכטיג אויסגעמישט האט דארט די יוצרות,
אויסגעמעקט, געמאכט א קפנדריא,
אנגעפילט מיט גרייזן גאנצע אוצרות,


"עדכון הערך" כ'גיי און בעט דעריבער,
ויקיפדיה'ס גליקן באלד דערזעה איך,
דער ענגלישן פרוביר איך זעצן איבער,
דארטן אויך עס פעלט א טעם וריֶח,

הַמִּכְלוֹל, דארפסט זיך גארנישט שעמען,
ניטאמאל איז דא בכלל פאר וועמען...

שווערמער

נענטער ווי ווייטער

מ'איז נענטער ווי ווייטער צום זייטל א שיינער,
מיר קומען אן נענטער און נענטער צום ציל;
ווי נענטער מיר זענען פארשטייט יעדער איינער,
צו ארבעטן ווייטער נישט ווערן פארשפילט;
מ'איז נענטער צו האבן המכלול א ריינער,
מיט אינפארמאטיווע ארטיקעלעך פיל.
רבותי! זייט גרייט צו אנטפאנגען א חידוש,
פארווירקליכט א חלום: המכלול אין אידיש!!

שווערמער

טשאלנט

פארציילן פארן עולם דא איך וויל,
אן אינטערעסעטאנע זאך איך האב געזען,
באמערקט א זאך אין תשובות מהרי"ל[1],
די גרעסטער אין יענער צייט איז ער געווען.

אויף "טשאלנט" זאגט ער, שטאמען טוט דאס ווארט,
פון פראנקרייך גאר, א ווייטע ווייטע ארט,
טשאלנט, פראנצויזיש איז פאר חמין,
לכבוד שבת הייס מיט אלע טעמ'ן,

פון דייטש האב איך געמיינט טוט אידיש שטאמען,
און זי איז בלויז א זשארגאן אירס א אידישער,
וואו קומט אהער א מאכל א פראנצויזישער?
וואס איז פשט? וואו קומען זיי צוזאמען?

נאר אונזער הייסע טשאלנט, ווייזט אונז קליפ און קלאר,
אז אידן עסן טשאלנט, שוין באלד א טויזנט יאר!!!

שווערמער

איציקל כעלעמער

טעמ'עלע גראמעלע,
איציקל כעלעמער,
שרייבט זיך א בריוול צו
פעטער ר' בער.

אותיות ריזיגע,
אויסערגעווענליכע,
"וויסט דאך, ר' בער באטשי,
הערט נעבעך שווער",


(די וויצלער און דיכטער,
אין ראם פון אן אפמאך,
ריסייקלען געדאקען
וואס טרעפן זיך שווער,

א וויץ א געוועפטע,
פון קאמעדיאנטן,
וועט נעמען דער דיכטער,
און מאכן א פאום)

שווערמער

וויקיפעדיע

בניגון "איך פאר אהיים" פון ר' יו"ט עהרליך

וויקיפעדיע, וויקיפעדיע, וויקי וויקי וויקיפעדיע,

א וויקיפעדיע קאנטע מיר געשאפן,
צום ארבעט גרייט, די ארבעל כ'שאר ארויף,
ארטיקלען וואס פארבעסערונג זיי דארפן,
פול מיט מיאוס'קייט, כ'זעץ זיך באלד דערויף,

פליצלונג קומט א וויקיפעד א בייזער,
די אידישקייט "צענזור" געפעלט אים נישט,
ער פירט זיך אויף ווי ער איז דא דער קייזער,
מיין גאנצע הארעוואניע מאכט צונישט,

"פארקויף מיר דא נישט דיינע פרומע תורות,
ווער ס'וויל מעג זיין אן אפיקורס",
א בילד א שרעק, איך האב געמעקט,
דער וויסטער העק, ריסטארס איט בעק,
די בלאט ער טרעקט, איך שרייב - ער מעקט,
ס'כאפט א שרעק, ס'שטינקט און שמעקט,
איך לויף אוועק,

איך קוק נישט צוריק, קיין אויגנבליק,
נישטא קיין גליק, נאר בייזע שטיק,
איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגען וועג,
ס'גארנישט גוטס, באלאנגט בחוץ,
ס'אנגעשפריצט, מיט מיאוס'ע שמוץ,
א וועבזייטל מיט גארבידזש אן אן עק,

פארפארענע, פארדארבענע,
פארלוירענע, געשוירענע,
קהילות וואו די פירער פייטן,
יאגן איינער נאך דעם צווייטן,
האלבע גוי, ציונים – פוי!
ס'אלעס רוי, דער אידיש – אוי!...
אנטלויף פון דארט און נעם דער עול
פון המכלול!

שווערמער

וואס וועט זיין אז ער וועט זאגן דאס?

וואס וועט זיין אז ער וועט זאגן דאס?
און וואס וועט זיין אז דער וועט טראכטן יענץ?
איך שטעל זיך צו צו יעדער שטיין און גראז,
ווייל וואס וועט זיין אז ער וועט זאגן דאס;
איך בין אויף זיך שוין גאנישט בעל'בית,
א בראך איז גאר אויף מיין אינטעלעגענץ,
ווייל וואס וועט זיין אז ער וועט זאגן דאס?
און וואס וועט זיין אז דער וועט טראכטן יענץ?


וואס גייט מיר אן אז ער וועט זאגן וואס!?
עס שטערט מיר נישט אז דער וועט טראכטן יענץ,
איך קוק אים אן נישט מער ווי בלויז א גראז,
וואס גייט מיר אן אז ער וועט זאגן וואס;
איך בין אויף זיך אליין דער בעל'בית,
איך פיר זיך בלויז לויט מיין אינטעלעגענץ,
וואס גייט מיר אן אז ער וועט זאגן וואס!?
עס שטערט מיר נישט אז דער וועט טראכטן יענץ.


קיינער איז איז אין דיר נישט אינטרעסירט,
און טוט פון דיר נישט קלערן דאס און יענץ,
גענוג געטראכט וואס יענער האלט און שפורט,
ווייל קיינער איז איז אין דיר נישט אינטרעסירט;
אומזיסט מיט אייער עזות איר שטאלצירט,
אומזיסט דו מאטערסט דיין אינטעלעגענץ,
קיינער איז איז אין דיר נישט אינטרעסירט,
און טוט פון דיר נישט קלערן דאס און יענץ.

שווערמער
  1. החדשות סימן לח. (קרעדיט: המכלול העברי ערך חמין)