געטא
א געטא באצייכנט א געגנט אינערהאלב א שטאט וואו אידן און אויך אנדערע מינאריטעט געמיינדעס זענען באגרעניצט צו וואוינען, איבערהויפט צוליב רעגירונג'ס צוימונגען, אדער צוליב פאליטישע, סאציאלע, לעגאלע, ענווייראמענטאלע און עקאנאמישע אפגעזונדערקייט. דער טערמין שטאמט פון די ווענעציער געטא, וואו אידן זענען געווארן געצוואונגען צו וואוינען אין יאר 1516, אפגעטיילט פון די איבריגע שטאט. דורכאויס די האלאקאוסט האבן די נאציס געשאפן איבער 1,000 געטאס צו פלאצירן די אידן פון אייראפע, מיט'ן ציל זיי צו אויסניצן און פארטיליגן אלץ טייל פון די "ענדגילטיגע לעזונג".
היינט איז דער טערמין פארברייטערט און ווערט געניצט פאר סיי וועלכע, געווענליך ארעמע - געגנט, אפגעזונדערט קולטורעל פון די ארום. אין די ציוני'סטישע נאראטיוו ווערט דער באגריף באניצט צו באצייכענען די אויסגעשלאסנקייט און איינגעצוימטקייט פון דאס אידישע לעבנסשטייגער אין גלות, פון וועלכע זיי האבן געזוכט זיך צו באפרייען.
עטימאלאגיע
דאס ווארט געטא שטאמט פון די אידישע געטא אין קאנארעזשאו, ווענעציע. ביי 1899 איז די טערמין שוין געווען פארשפרייט און באניצט פאר אנדערע צעשטופטע קווארטלען, אויך פון אנדערע מינאריטעט גרופעס. עס קומט ווארשיינליך פון איטאליענישן "ghèto", א 'מעטאל פאבריק', וויבאלד אזא פאבריק איז געווען פלאצירט נעבן די ווענעציער געטא, דאך איז נישט זיכער די עטימאלאגיע פונעם ווארט, און עטימאלאגיסטן זענען נישט פאראייניגט איבער די מקור פונעם טערמין אין ווענעציע, האבנדיג פארשידנארטיגע אנדערע טעאריעס פון וואו עס קומט[1]:
- פון לשה"ק'דיגן "גט", אנדייטנדיג די אפגעזונדערקייט
- פון אידיש - "גאס", ווי די געטאס זענען אפט גערופן געווארן "די אידישע גאס"
- פון דייטשע "gehacktes" (אפגעהאקט)
- פון איטאליענישן "borghetto" (קליינע אפטיילונג פון א שטאט)
- פון אלט-פראנצויזישן "guect" (שומר)
היסטאריע ביז'ן האלאקאוסט
אייראפע
דער באשלוס צו אפטיילן די אידן איז ערשט אדאפטירט געווארן ביים דריטן לאטעראנישע קאנסיל פונעם קירכע אום 1179, אבער עס איז דאן נאכנישט אריין אין קראפט. אין 1462 זענען די אידן אין פראנקפורט געווארן אריינגעצוואונגען צו וואוינען נאר אין די "יודנגאסע" (Judengasse)[2], און די ווענעציער געטא איז געשאפן געווארן אין 1516[3]. נאכפאלגנדיג א פויפסטליכע באפעל אין 1555 אז אידישע געטאס זאלן געשאפן ווערן אין רוים און איבער אלע לענדער פון קריסטנטום איז געשאפן געווארן די רוימישע געטא און נאך געטאס איבער פראנקרייך, דייטשלאנד און אנדערע צענטראל אייראפעאישע לענדער[4].
די געטאס זענען געווענליך געווען ארומגענומען מיט א מויער, מיט בלויז איין אדער איינצלנע טויערן, און אידן זענען געווען פארבאטן ארויסצוגיין פון אירע גרעניצן ביינאכט און ביי קריסטליכע חגאות. אינדרויסן פון די געטאס האבן אידן געדארפט טראגן באצייכענונגען אז זיי זענען אידן, ווי געלע שטערנס, און זיי זענען געווען אויסגעשטעלט צו פארפאלגונגען דורך די קריסטליכע איינוואוינער. אין גרויס טייל זענען די געטאס געווען אין די שוואכסטע געגענט אין שטאט, די צושטאנד ארעם, איבערגעפולט און מיט שלעכטע היגיענישע באדיגונגען, אויסגעשטעלט צו קרענק און מגיפות. דאך זענען געווען געוויסע געטאס וואו די אידן האבן יא געלעבט א רייכערע לעבן, און געהאט א סארט אוטאנאמישע ווירטשאפט אינערהאלב די אידישע קווארטל.
דורכאויס די 19'טע יאר-הונדערט האבן זיך די געטאס צוביסלעך אפגעשאפן מיט די אידישע עמאנציפאציע, מיט די רוימישע געטא זייענדיג די לעצטע צו אויפגעלעזט ווערן ביז'ן קריג, אפיציעל אין 1870, מיט אירע מויערן גענצליך אראפגעריסן און די טאטאלע פאקטישע אויפלעזונג אין 1888.
דאס לעבן אפגעזונדערט פון די גויים האט למעשה געשפילט א ראלע אין אפהיטן די ספעציעלע לעבנסשטייגער פון די אידן, און פארמיטן דאס זיך אויסמישן די גויים, איבערהויפט דורכאויס דער מאדערנער תקופה. אין פאקט האבן אידן אין גלות אלץ געזוכט - אפילו אומגעצווינגען, צו וואוינען אין אפגעזונדערטע געמיינדעס אין אייגענע קווארטלען זיך צו קענען האלטן צו אידישקייט, און האבן ווייניגער פארקער מיט די נישט-אידישע שכנים, און זיך דערווייטערן פון זייער האס[5].
מיטל מזרח
אין די מוסלומענע לענדער זענען זענען געטאס נישט געווען אזוי ברייט פארשפרייט, אבער האבן יא עקזיסטירט אין עטליכע לענדער פאר לאנגע יארן, צווישן זיי פערסיע, תימן, און עגיפטן. אין מאראקא זענען שוין געווען געטאס - גערופן "מעלאח", אויף די שטייגער ווי שפעטער אין אייראפע, שוין אזוי פרי ווי אין יאר 1280, וואו אידן האבן געוואוינט צווישן מויערן אפגעטיילט פון די איבריגע טיילן פון שטאט.
אויך אנדערע נישט-מוסלומענער גרופעס זענען געווען געצוימט צו געוויסע געגנטער אין געוויסע מוסלומענער לענדער. די צוימונגען האבן אנגעהאלטן אין געוויסע ערטער ביז אזוי שפעט ווי די מאסן עמיגראציע קיין ארץ ישראל אין תש"ח, מיט די גרינדונג פון מדינת ישראל.
אין אסאך אראבישע און מוסלומענער לענדער, איבערהויפט איבער די אטאמאנישע אימפעריע זענען געווען פילע געגנטער ווי אידן האבן געהאט דעזיגנירטע קווארטלען פון אייגענעם ווילן, מיט אוטאנאמישע ווירטשאפט אויף פארשידענע שטאפלען.
נאצי געטאס
ביים צווייטן וועלט קריג האבן זיך די נאציס באניצט מיט'ן טערמין "געטא", אלץ טייל פון זייער פארפירערישע פראפאגאנדע, און עס געניצט צו אנרופן די גאסן און קווארטלען ארומגענומען מיט מויערן, וואס אין זיי זענען די אידן אריינגעשטעלט געווארן. געוויסע פון זיי זענען געווען אויפ'ן פלאץ פון פריער-עקזיסטירנדע אידישע קווארטלען און טייל זענען פריש געשאפן געווארן. די אידן זענען איינגעזאמעלט געווארן אהין דורך פראקלאמירטע באפעלן אויף שילדן און דורך די ראדיא, אלץ סטאנציע צו ווערן אפגעשיקט צו קאנצענטראציע לאגערן וואו זיי זענען פארטיליגט געווארן, און געניצט געווארן פאר צוואנגס-ארבעט. א גרויס טייל פון אייראפעאישע אידנטום זענען שוין געשטארבן אין די געטאס, צוליב די שרעקליכע אומשטענדן אין וועלכע זיי זענען געווען אריינגעשטעלט[6].
דער טערמין היינט
דער טערמין איז אדאפטירט געווארן און ווערט באניצט פאר יעדע געגענט וואס איז אפגעזונדערט קולטורעל און איז אויסגעשלאסן פון די דרויסן. געטאס שאפן זיך סיי פון די ווילן פון אירע איינוואוינער און סיי צוליב דרויסנדיגע אינטערווענץ.
אין אמעריקא איז עס ברייט באניצט געווארן פאר געגנטער באוואוינט מיט אפרא-אמעריקאנער, געווענליך מיט נידריגע עקאנאמישע מעגליכקייטן. דורכאויס די יארן זענען געווען פילע געגנטער וואו אימיגראנטן פון פארשידענע לענדער האבן זיך קאנצענטרירט און געשאפן אפגעזונדערטע וואוינערטער, אדער "געטאס". אין אייראפעאישע לענדער זענען פארהאן פילע געטאס ווי ציגאנער זענען קאנצענטרירט. אויך זענען פארהאן פארשידענע געגנטער מיט א קאנצענטראציע פון אזיאטישע און אנדערע מינאריטעטן[7].
דער טערמין ווערט אויך געניצט צו באצייכענען סיי וועלכע געגנט וועלכע שטייט ארויס מיט אירע אייגנשאפטן פונעם ארום[8].
רעפערענצן
- ↑ ghetto (n.).אויף Online Etymology Dictionary
- ↑ "פראנקפורט, דייטשלאנד אידישע היסטאריע טור". Jewishvirtuallibrary.org.
{{cite web}}
: Cite has empty unknown parameter:|1=
(help) - ↑ "ווענעציע, איטאליע אידישע היסטאריע טור". Jewish Virtual Library.
{{cite web}}
: Cite has empty unknown parameter:|1=
(help) - ↑ "פאול דער 5'טער". Jewish Virtual Library.
{{cite web}}
: Cite has empty unknown parameter:|1=
(help) - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע דער נצי"ב, העמק דבר, בראשית מו, לד. - ↑ געטאס, שליסל פאקטן אויפ'ן "United States Holocaust Memorial Museum" וועבזייטל
געטאס אויפ'ן יד ושם וועבזייטל - ↑ Domonoske, Camila (27 April 2014). "Segregated From Its History, How 'Ghetto' Lost Its Meaning". NPR.org (in ענגליש). Retrieved 2019-12-12.
- ↑ "ghetto". Merriam-Webster.