רוי:אשאקא

פון המכלול
ווערסיע פון 13:20, 2 מערץ 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{שטומף|מענטשן}}" ב־"{{שטומף|ביאגראפיע}}")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אַשאקאַ דער גרויסער (סאנסקריט अशोकः‏; 304232 פאר דער ציווילער רעכענונג), אדער אַשאקאַ בינדוסרא מאוריא, איז געווען אן אינדישער קייסער, דער דריטער קייסער פון דער מאורישער דינאסטיע, וואס האט געהערשט איבער כמעט דעם גאנצן אינדישן אונטער-קאנטינענט צווישן די יארן 273 פאר דער ציווילער רעכענונג און 232. אשאקא איז געווען איינער פון די גרעסטע קייסרים פון אינדיע; אין זיינער תקופה האט די מאורישע אימפעריע זיך פארשפרייט פונעם הינדו קוש (אין היינטיגן פאקיסטאן און אפגאניסטאן) אין מערב, ביז באנגלאדעש און דעם שטאַט פון אסאם אין מזרח, און ביז קארנאטקע אין דרום, דאס הייסט, דעם גאנצן אינדישן סוב־קאנטינענט אחוץ טיילן פון היינטיגן טאמיל נאדו און קעראלא.

אשאקא איז געבוירן געווארן אין פאטאליפוטרע, די הויפטשטאט פון דער מארישער אימפעריע, דער זון פונעם קייסער בינדוסארא און דער אייניקל פון טשאנדראגופטא מאוריע, דער גרינדער פון דער מארישער דינאסטיע.

אין זיינע יונגערע יארן איז ער געווארן א גובערנאטאר נאכדעם וואס טשאנאקיע האט אונטערגעדריקט 12 אדעלן.

זיין הערשאפט

אשאקא האט אנגעהויבן זיין הערשאפט אין 273 פאר דער ציווילער רעכענונג, און האט פארגעזעצט די אייננעמונגען וואס זיין זיידע און זיין פאטער האבן אנגעהויבן. אונטער זיין הערשאפט האט די אימפעריע געזען 41 יארן פון שלום, מיט סאציאלער הארמאניע צווישן די פארשידענע רעליגיעס (דזשייניזם, הינדואיזם און בודהיזם).

נאך א גרויסער מלחמה אין וואס מער ווי 200,000 מענטשן זענען געהרגעט געווארן, האט אשאקא באשלאסן אויפצוהערן פירן מלחמות, און ער האט אויף זיך גענומען די רעליגיע פון בודהיזם. ער האט אויפגעשטעלט 18 שפיטעלער אין זיין אימפעריע.

P vip.svg דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!