רוי:ארון הברית
דער ארון הברית (אדער ארון הקודש) אין בית המקדש איז געווען אן הייליגער קאסטן וואס מען האט אין איר געטראגט די לוחות הברית.
דער ארון הקודש איז געווען אזוי הייליג, אז מען האט איר נישט געטארט אנרורען, און ווער עס האט איר אנגערורט איז באלד געשטארבן. דערפאר האט מען אויף איר ארויפגעזעצט צוויי שטאנגען כדי צו טראגן דעם ארון.
אויפן ארון הברית איז געווען די כרובים, וואס איז געווען סטאַטוען אויסגעטשעטש פון צוויי מלאכים מיט א מענטשנס געזיכט און א קערפער פון א חיה (א לייב אדער א אקס) מיט 2 פליגלען וואס יעדע איינע איז געווען לאנג 5 איילן (אומגעפער 2.5 מעטער). דאס איז געווען כדי צו היטן אויפן הייליגן קאסטן.
אין ארון (און סאיז דא א שיטה אין חז"ל אז לעבן ארון) איז הויכט געלעגן די ספר תורה וואס משה רבינו האט געשריבן (לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".דברים לא, כו).
דער ארון איז געלעגן אינעם קודש הקדשים, אויף א שטיין וואס הייסט אבן הפינה, און אין געוויסע מלחמות האט מען דאס מיטגעטראגן כדי גאט זאל העלפן ביים קריג. וַיָּבֹא הָעָם, אֶל-הַמַּחֲנֶה, וַיֹּאמְרוּ זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל, לָמָּה נְגָפָנוּ ה' הַיּוֹם לִפְנֵי פְלִשְׁתִּים; נִקְחָה אֵלֵינוּ מִשִּׁלֹה, אֶת-אֲרוֹן בְּרִית ה', וְיָבֹא בְקִרְבֵּנוּ, וְיֹשִׁעֵנוּ מִכַּף אֹיְבֵינוּ שמואל א' ד'
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!