באַניצער:שווערמער
וואס וועט זיין אז ער וועט זאגן דאס,
און וואס וועט זיין אז דער וועט טראכטן יענץ,
איך שטעל זיך צו צו יעדער שטיין און גראז,
ווייל וואס וועט זיין אז ער וועט זאגן דאס;
איך בין אויף זיך שוין גאנישט בעל'בית,
א בראך איז גאר אויף מיין אינטעלעגענץ,
ווייל וואס וועט זיין אז ער וועט זאגן דאס,
און וואס וועט זיין אז דער וועט טראכטן יענץ.
וואס גייט מיר אן אז ער וועט זאגן וואס,
עס שטערט מיר נישט אז דער וועט טראכטן יענץ,
איך קוק אים אן נישט מער ווי בלויז א גראז,
וואס גייט מיר אן אז ער וועט זאגן וואס;
איך בין אויף זיך אליין דער בעל'בית,
איך פיר זיך בלויז לויט מיין אינטעלעגענץ,
וואס גייט מיר אן אז ער וועט זאגן וואס,
עס שטערט מיר נישט אז דער וועט טראכטן יענץ.
קיינער איז איז אין דיר נישט אינטרעסירט,
און טוט פון דיר נישט קלערן דאס און יענץ,
גענוג געטראכט וואס יענער האלט און שפורט,
ווייל קיינער איז איז אין דיר נישט אינטרעסירט;
אומזיסט מיט אייער עזות איר שטאלצירט,
אומזוסיט דו מאטערסט דיין אינטעלעגענץ,
קיינער איז איז אין דיר נישט אינטרעסירט,
און טוט פון דיר נישט קלערן דאס און יענץ.
— שווערמער