המכלול:קרעמל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שיח עורכים











אראפ צום אונטן פון בלאט אראפ צום אונטן פון בלאט
דאס פלאץ אין המכלול מיטצוטיילן די חברים מיט אייערע געדאנקען און געפילן


רייניגונג פראיעקט - אקטיוו!

עס איז מיר באמת שווער צו באשרייבן די געפילן ווען מען לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג...

מען לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג, זאג איך, אבער דער חשבון צייגט אז מיר שפאנען שוין פעסט מיט ביידע פיס; נאנט צו פינף פראצענט פונעם וועג זענען מיר שוין געגאנגען! דאס איז צו פארדאנקען די פלייסיגע חברים דא וועלכע האבן קיין מינוט נישט גערוט פון רייניגן און פארבעסערן דאס פלאץ, ובפרט תנא קמא און עברי אנכי. ”וִיהִי נֹעַם ה' אלקינו עָלֵינוּ”, און אונז שיקן זיין שמירה אויף די דרכים. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 02:35, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

יא! נישטא קיין ווערטער. ווי שרגא און עברי אנכי קענען מעיד זיין, האבן מיר שוין געהאט אזא חלום פון א היימיש-אידישער מכלול מיט באלד 4 יאר צוריק, אבער בלויז מיט די קוראזש, מוט, ענערגיע, באשלאסנקייט און בעיקר פארשטאנד פון מורינו הרב צמא לדעת קענען מיר שוין זאגן אז דער וויזיע ווערט א רעאליטעט. שתשרה שכינה במעשי ידינו. –תנא קמא (שמועס) 02:49, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

אידיש פראיעקט מיט א פנים חדשות

אקטיווע מכלולאים‏, ווען עס מאכט זיך אייך א ספק וויאזוי צו שרייבן א געוויסע טערמין, ווי למשל ביים איבערטייטשן פון ענגליש אדער עברית, דארפט איר מער נישט ווארטן אז אנדערע זאלן זען אייער פראגע און אייך ענטפערן! עפנט אן אפטיילונג איבער דעם טערמין אינעם דעזיגנירטן בלאט, און דערנאך שרייבט פשוט דעם מסופק'דיגן טערמין איינגעשלאסן מיט דעם {{לקס}} מוסטער. ווען אונזערע מומחים וועלן זיך אויס'טענה'ן און קומען צו א באשלוס, וועט עס אויטאמאטיש געטוישט ווערן איבעראל וואו איר האט געניצט דעם טערמין (זעט דעם מוסטער בלאט פאר מער ערקלערונג).

דער פראיעקט בלאט איז אויך פון פריש ארגאניזירט געווארן אין דעם געלעגנהייט, אז די געטרייע מכלולאים זאלן גרינגער קענען צוקומען צו זייער באגער.

דאס אלעס, אינאיינעם מיט דאקומענטירן אייערע אריבערפירונגען און קאטעגאריע טוישונגען, וועט בעז"ה צוברענגען אז די ארבעט וועט ווערן אלץ מער פראפעסיאנאל און פארן וואס מער געשמירט, בעזר ה'. צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) האט נישט אונטערגעשריבן...