רוי:מגילת אסתר

פון המכלול
ווערסיע פון 21:14, 26 יאנואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{ספר תנ"כי | שם = מגילת אסתר | תמונה = 250px|מרכז | כיתוב = מגילת אסתר מתוך אוסף ברגינסקי | מספר פרקים = 10 | מספר פסוקים = 167 | סדרת ספרים = חמש מגילות | ספר קודם = קהלת | ספר הבא = דניאל | דמויות מרכזיות = |תקופת התרחשו...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מגילת אסתר
מגילת אסתר מתוך אוסף ברגינסקי
מגילת אסתר מתוך אוסף ברגינסקי
תקופת התרחשות שיבת ציון
הספר הקודם קהלת
הספר הבא דניאל

מגילת אסתר איז איינס פון די פינף מגילות אין תנ"ך. אין מגילה ווערט דערציילט אויף א פלאן צו פארטיליגן די אידן פונעם פערסישן קעניגרייך אין קעניג אחשוורוש'ס צייטן אין די סוף ג'ש יארן דורך המן דער אגג'ער און ווי אסתר המלכה און איר פעטער מרדכי היהודי האבן עס פארשטערט. די געשעענישט זענען די מקור צום יום טוס פורים. עס איז א מצוה און חיוב דרבנן צו ליינען די מגילה אין פורים, ביינאכט און בייטאג.

ערציילונג

סעודת אחשורוש

די מגילה הייבט זיך אן מיטן דערציילן אויף א טרינק-סעודה וואס דער קעניג אחשוורוש רעכט אפ אין דריטן יאר פון זיין קעניגרייך. די סעודה נעמט 180 טעג און איז געווידמעט פאר אחשורוש'ס מיניסטארן און קנעכט, און פאר די מיליטערן פון פרס און מדי. במשכ'ן סעודה צייגט אחשורוש זיין רייכטום און מאכט.

דערנאך רעכט דער קעניג אפ נאך א זיבן-טאגיגע סעודה פאר די מענטשן פון שושן, און לאדנט אויך די אידישע בירגער. דער סעודה, וואס איז פאגעקומען אין הויף פון קעניג'ס באטאנישע גארטן ווערט געשילדערט אלס גאר שיין און רייך, מיט שיינע טישן און אין זיבעטן טאג לאדנט ער די קעניגן ושתי צום מענער זאל כדי צו ווייזן איר שיינקייט פאר אלע אנוועזנדע. ושתי זאגט אפ די לאדענונג און דאס רעגט אויף דער קעניג, וואס איז מחליט מיט'ן ראט פון זיינע ראטגעבער איר צו