אין פאל א פראגע ווערט כסדר איבערגעפרעגט – איז כדאי צו איבערקוקן, און אויב עס פעלט אויס – אויסבעסערן די דאקומענטאציע אין די הילף בלעטער און פארבינדן דערצו פון רעלעוואנטע בלעטער.
אריבערפירן פאראגראף – ווען מען דארף אריבערפירן דעם פאראגראף צו א צווייטע בלאט (א ווענדונג נישט געאייגנט פאר'ן הילף טישל), דארף דאס געטון ווערן מיט'ן איבערלאזן א מראה מקום דורך {{הועבר}}. מען דארף מעקן די סטאטוס שורה אז עס זאל נישט צייגן א צובראכענע לינק אין די ציל בלאט וואו עס איז געווארן אריבערגעפירט.
ארכיווירן
א ווענדונג וואס איז געווארן באהאנדלט לאזט מען איבער פאר א שטיק צייט איידער'ן ארכיווירן צו זיכער מאכן אז דער אנפרעגער האט געזען די תשובה, און גיבן א געלעגנהייט פאר אנדערע באניצער צו זען די אפהאנדלונג.
מען דארף פרובירן צו ארכיווירן א פארענטפערטע ווענדונג אין די מערסט פאסיגע פלאץ (דורך אריבערפירן, צו איבערלאזן א מראה מקום)-לכתחילה אין הילף בלעטער, אפטע שאלות, שמועס בלאט פון ארטיקל אדער שמועס בלאט פון אנפרעגער.
אומפארענטפערטע ווענדונגען און ווייטערפירונגען צו אריבערגעפירטע אינהאלט דארף מען ארכיווירן אין די הילף טישל ארכיוון לויט די סדר ווען עס איז געעפנט געווארן.
אפדעיטן די סטאטוס אויף דעם בלאט ווערט געטון דורך טוישן די פאראמעטער "חדש" אין די "מצב" מוסטער ({{מצב|חדש}}) מיט איינער פון די פאלגענדע ווערדן:
די טויש וועט טוישן די קאליר און אינהאלט פון די סטאטוס קעסטל ביי די זייט פון די ווענדונג: