רוי:גרויסער אידישער אויפשטאנד
דער גרויסער (אָדער ערשטער) ייִדישער אויפֿשטאַנד (אין העברעאיש: מרד הגדול) איז געווען אַ מלחמה צווישן די יידן אין יהודה און די רוימער אין יאָר 66 ביז 70 אצ"ר. דער דאזיקער אויפֿשטאנד איז דער ערשטער פון דריי גרויסע אויפשטאנדן קעגן די רוימער ביי יידן.
די מלחמה האָט אָנגעהויבן אין יאר 66 צוליב וואקסנדיקע שפּאַנונגען. במשך פֿון דער מלחמה האָבן די רוימער חרוב געמאַכט אַ סך שטעט (גמלא, מצדה, ירושלים, אאַ"װ) און אין יאָר 70 דעם בית־המקדש.
די מלחמה
ערשטנס האָט די רוימישע ארמיי פון סיריע אַטאַקירט די יידן מיט שוועריקײַט. קייסער ניראָ האט ארויסגעשיקט וועספאסיאנוס ארויס קיין גליל פון רוים צו העלפֿן. שוין אין 68 האט וועספאסיאנוס איינגענומען גאנצן גליל. יוסף בן מתתיהו האָט פּרטימדיק אפּגעמשלט די באַלעגערונגען פֿון טאַריכעאַ, יודפת און גמלא.
אין 69 איז וועספאסיאנוס געווארן דער קייסער פון רוים; זיין זון טיטוס האט ממשיך געווען צו אַטאַקירן די יידן. טיטוס האָט באלעגערט ירושלים זיבן חדשים. די רוימער האבן חרוב געמאכט ירושלים און דעם בית־המקדש אין 70 אצ"ר און האבן צעראבאווענט די מנורה, דעם שולחן, די כלים און געלט פון זיי.
פונדעסטוועגן, עטלעכע שטעט האבן די רוימער נישט איינגענומען ביז נאך חורבן ירושלים. מע איז למשל איינגענומען מאַכיירוס אין 72 אצ"ר און מצדה אין 73 אצ"ר.
היסטאָרישע קוואַלן
ס'רוב װאָס מיר װייסן װעגן דער מלחמה האָט יוסף בן מתתיהו רעקאָרדירט אין זײַן ביכער. ער איז געווען אַ כהן וועלכער איז געוואָרן אַ יידישער גענעראַל אינעם גליל. דערנאָך האבן די רוימער אים געפֿאַנגען גענומען. יוסף האָט אָנגעהויבן צו העלפֿן די רוימער און איז געוואָרן פֿלאַוויוס יאָסעפֿוס (Flavius Josephus). וואוינענדיק אין רוים האט ער אנגעשריבן עטלעכע ביכער וועגן יידישער געשיכטע, יידישער רעליגיע און זיין לעבן.
רוימישער היסטאָריקער און חז"ל האָבן אויכעט געשריבן וועגן דער מלחמה.
זייער א סך ארכעאלאגישע ארטיפאקטן און מטבעות האָבן זיך געפֿונען שוין אין ארץ ישראל.
דער דערנאָכדעם פֿון אויפֿשטאַנד
די צעשטערונג נאָך דער מלחמה איז געווען וואָגיק. די חורבן פון בית־המקדש און שטאַט יהודה איז געווען טראַגיש צו יידן ביז היינטיקע צייטן. יידן פֿאַסטן און קלאגן אלע יאָר תשעה באב, דעם טאג ווען מען האָט חרוב געמאַכט ביידע בתי מקדשים. די מלחמה איז געווען אַ פונדאמענטאלע תקופֿה אין יידישער געשיכטע.
תפילה און שילן זיינען געווארן מער וויכטיק נאכן חורבן, ווייל מען האט נישט געקענט נאך ברענגען קרבנות.