רוי:רבי אברהם לויפער

פון המכלול
ווערסיע פון 09:31, 9 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי אברהם לויפער צו רוי:רבי אברהם לויפער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אברהם לויפער (געב' תשכ"ב) איז דער דאראגער רב פון וויליאמסבורג.

יונגע יארן

רבי אברהם לויפער איז געבוירן אין יאר תשכ"ב צו זיין פאטער ר' שלום לויפער, וועלט בארימטער גבאי צדקה פון סאטמארער רבי'ן צענדליגע יארן, א זון פון רבי ישכר בעריש לויפער, דומ"ץ דק"ק דזשיקאוו.

אין זיין יוגנט איז ער אויפגעצויגן געווארן אין וויליאמסבורג, און האט געלערענט אין דער סאטמארער ישיבה אויף סאנדז סטריט.

ער האט חתונה געהאט צו א טאכטער פון ר' אריה לייבוש שווארץ,[1] וואס איז געווען מנהל מוסדות סאטמאר אין בני ברק, און שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק, וואו ר' לייבוש האט דארט געהאלפן אויפשטעלן די סאטמארער מוסדות, און ספעציעל די ארטיגע סאטמארער ישיבה.

אויך איז ער געווען א מלמד יארן לאנג אין סאטמאר אינגעל קעמפ מחנה רב טוב נעפאנעק, ניו יארק.

צדקה וחסד

ער פארטיילט הונדערטער טויזנטער דאלאר אין צדקה דורך זיין חסד ארגאניזאציע געגרינדעט פון זיין טאטע ר' שלום לויפער, ובפרט פאר פסח ווען ער האלט אן די מסורת אבות אנצוגיין מיט די ריזיגע קמחא דפסחא חלוקה פאר טויזנטער משפחות.

בשנת תשע"ז איז נתייסד געווארן דורך אים דער קרן אלמנות וואס צאלט אויס פיש און פלייש פאר אלמנות איבער אמעריקא און קאנאדא וואס דאס שלעפט אריין א ריזן בודזשעט פון א פאר מילאן דאללער יערליך.

הוצאות ספרים אוהל תורה - הפצת אמרי שפר

ער איז א ספרים דרוקער און פארשפרייטער. ער האט ארויסגעגעבן און איבערגעדרוקט די ספרים פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה דער תולדות יעקב יוסף, צפנת פענח, כתונת פסים. אויך דער ספר תפארת שלמה, און דגל מחנה אפרים, אוהב ישראל, עבודת ישראל, סידורו של שבת, שער התפלה, באר מים חיים, און נאך.

אלע זיינע ספרים האבן שיינע מפתחות, מפתח פסוקים, מאמרי חז"ל, מפתח ענינים, און אסאך הגהות און מקורות. ווי אויך מראה מקומות.

ער האט אויך מחבר געווען די ספרים:

  • האשל ברמה אויף מסכת סנהדרין.
  • האשל ברמה, קצירת החטים - ג' חלקים.
  • האשל ברמה - לולבי שביעית.
  • האשל ברמה - נפש חיה
  • בירורי הדברים - ב' חלקים

אתרוג סוחר

אזויווי זיין פאטער און זיין גאנצע פאמיליע, טוט ער אימפארטירן אתרוגים פון קאלאבריע, און עס פארקויפן.

אין שנת השמיטה איז ער געווען דער ערשטער וואס האט אויפגעברענגט דעם פראבלעם פון די דערי לולבים מיט די חששות וואס עס איז דא דערויף ווי עס אויפירליך באריכטעט סיי די הלכה חלק און אויך דעם חלק המציאות אין דעם קונטרס האשל ברמה - לולבי שביעית

קצירת החטים

זיין מערכה קעגן די אריזאנע ווייץ איז אקעגן דעם בירור פון הרב יעקב הערש גאלדשטיין וואס שרייבט אין זיין ספר קציר חטים אז די ווייץ וואס ווערט געשניטן אין פלעצער ווי עס רעגנט, האט לויט אים א חשש חמץ. הרב אברהם לויפער האט ארויסגעברענגט און מעורר געווען פאר די וועלט אז מחמיר צו זיין אקעגן וואס מ'האט געטאן ביז היינט איז לויט אים א שינוי אין מסורה, און ממילא טאר מען נישט שניידן אין אריזאנא וואו עס רעגנט נישט.


רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!