רוי:רבי שלום יוסף פרידמאן
געבורט | רוזשין |
---|
רבי שלום יוסף פרידמאן (י"ג תשרי ה'תקע"ג - י"א אלול ה'תרי"א) פון סאדיגורא. דער עלטסטער זון פון דעם רוזשינער.
אפשטאם
רבי שלום יוסף איז געבוירן י"ג תשרי ה'תקע"ג, צו זיין פאטער רבי ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון רבי שלום שכנא, פון פראהבישט, א זון פון רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון רבי דוב בער, דער מעזריטשער מגיד.
דער רוזשינער האט אים א נאמען געגעבן שלום נאך זיין פאטער, און יוסף נאך יוסף הצדיק, וויבאלד זיין ברית איז געווען אין טאג פון דער אושפיזא פון יוסף.
רבנות
נאך זיין פאטער'ס פטירה ג' חשוון ה'תרי"א איז רבי שלום יוסף געווארן דער ממלא מקום פון פאטער, אלס רבי אין סאדיגורא, ער האט אבער נישט לאנג געלעבט נאך דעם, און איז נאך אין יאר פון פאטער נפטר געווארן.
הסתלקות
רבי שלום יוסף איז נפטר געווארן אין עלטער פון ניין און דרייסיג יאר אין לייפציג, י"א אלול ה'תרי"א, און ליגט אין לייפציג.
פאמיליע
רבי שלום יוסף האט געהייראט מרת בלומא רייזל [1] א טאכטער פון רבי דן יונגערלייב פון ראדוויל, אן איידעם פון אפטער רב, דער "אוהב ישראל". זייערע קינדער:
- רבי מנחם נחום דוב בער פרידמאן (ה'תר"ג - כ"ז מנחם אב ה'תרמ"ג), פון סאדיגורא.
- מרת לאה רחל ( - ז' תמוז ה'תרנ"ה), די ווייב פון רבי אברהם יהושע העשל (ה'תקצ"ב - י"ט תשרי ה'תרמ"א), פון מעזשביזש.
- מרת בת-שבע (כ"ז אייר ה'תר"ט - שביעי של פסח ה'תרפ"ח), בזיווג ראשון די ווייב פון רבי מנחם נחום מרדכי פרידמאן (ה'תר"ט (אומגעפער) - כ"ו תמוז ה'תר"ל), פון טשארטקאוו, א זון פון רבי דוד משה פרידמאן, פון טשארטקאוו. בזיווג שני די ווייב פון רבי ישראל פרידמאן (כ' שבט ה'תרי"ב - י"ג תשרי ה'תרס"ז), פון סאדיגורא.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (54)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!