רוי:ריש לקיש
ריש לקיש אדער ווי זיין נאמען איז ר' שמעון בן לקיש. ער איז געווען אן אמורא און דער בר פלוגתא פון זיין שוואגער רבי יוחנן. ער ווערט דערמאנט הונדערטער מאל אין ש"ס.
געשיכטע
ריש לקיש איז געווען א הויפט פון רויבערס, איינמאהל האט ער געזעהן ווי ר' יוחנן וואשט זיך ביים טייך, ר' יוחנן איז געווען זייער א שיינער מענטש, ריש לקיש איז געווען אויבן אין ר' יוחנן אונטען, איז ריש לקיש אריינגעשפרינגען אין וואסער צו זעהן ר' יוחנן'נס לייב, האט זיך ר' יוחנן אנגערופן דאס איז א שטארקייט פון דיר דאס פאסט די זאלסט עס נוצען פאר די תורה, זאגט אים ריש לקיש, דיין שיינקייט פאסט פאר פרויען, ענטפערט אים ר' יוחנן אויב טוסטו תשובה וועל איך דיך געבן מיין שוועסטער פאר א פרוי, זי איז נאך שענער פון מיר, אזוי ארום האט ריש לקיש תשובה געטוהן און איז געווארן פון א הויפט פון רויבער א תורה ריז, א חבר פון ר' יוחנן (ב"ב פד.).
ריש לקיש איז געווען א תלמיד און א חבר פון ר' יוחנן. אין גמרא איז דא עטליכע פלעצער ווי ער רופט אהן ר' יוחנן "מיין רבי" (זעה קידושין יט. חולין קלט. תענית ח. ברכות לא.).
ר' יוחנן אליין האט געהאט גרויס רעספעקט צו זיין שוואגער און תלמיד ריש לקיש, ער זאגט אויף אים אמאל שכנגדי חלק עלי זאגט רש"י פשט ער איז אזוי ווי איך, ער איז ראוי צו קרוגן אויף מיר (כתובות פד: נד:).
ריש לקיש האט געוואוסט אסאך תורה און געקענט אסאך פאר ר' יוחנן האט אים געמאכט פאר א אמורא, אבער ער האט פורק געווען פון זיך דעם עול תורה און האט פארגעסן די תורה און געווארן א רויבער (תוס' ב"מ פד, תוספ' עירובין סה: ויבמות נז.).
א ראיה ברענגט תוס' אז מען זעט אז ער האט מפלפל געווען מיט אמוראים פונעם דור פאר ר' יוחנן, אויך געפונט מען אז רבי יהודה הנשיא האט אים געזאגט בעט פאר מיר (בר"ר פע"ח), זעהט מען אז ער איז שוין געווען א גרויסער מענטש אין די צייטן פון רבי.
אין גמרא גיטין ווערט פארציילט א וואונדליכע מעשה וויאזוי ריש לקיש האט זיך געלזאגט אריין כאפן פון רויבער, און וויאזוי ער האט באוויזן זיי צו בונדען די הענט און זיי הרג'ענען.
פון זיינע גרויסע מדות
געווען אמאהל וואס ער האט געהערט א הלכה פון זיין רבי און שוואגער ר' יוחנן "אסור לאדם שימלא פיו שחוק בעולם הזה" זייט דאס בית המקדש איז חרוב געווארן טאר מען נישט לאכן מיט א אפענעם מויל, ווייל מען מיז שטענדיג אינזין האבן דעם צער פונעם חורבן, זינט ער האט עס געהערט האט ער קיינמאהל נישט געלאכט הויך מיט א אפענער מויל (ברכות לא.).
זיין סדר איז געווען ווען ער האט געהערט ווי ר' יוחנן זאגט א הלכה און האט נישט מסכים געווען האט ער נישט גלייך געקריגט אויף אים, נאר ער פלעגט ווארטן ביז ר' יוחנן האט מסביר געווען גיט זיין גאגנג, דערנאך האט ער געקוקט אפשר וועט ער דאך חרטה האבן, דערנאך האט ער מיט אים זיך געקרוגט אין לערנען (חולין עה: שבועות מ. מה: משהא הוה שהה ושתיק).
עולא האט געזאגט ווער עס זעהט ריש לקיש אין בית המדרש ווי ער טענה'ט זיך, זעהט א בילד ווי איינער רייסט אויס גרויסע בערג און ער מאלט עס צוזאמען איינס צו צווייטען (סנהדרין כד.).
ריש לקיש איז געווען אזוי בייגלייבט אז ער האט נישט מיט יעדען גערעדט אין די גאס, ווייל מיט וועמען ער האט גערעדט אין די גאס איז געווען א סימן ער איז א בייגלייבטער מענטש, מען דארף נישט קיין עדות ווען מען מאכט א געשעפט מיט אים (יומא ט:), מען געפונט ער האט אפילו נישט גערעדט אין די גאס מיט רבה בר בר חנה, און מיט רבי אלעזר, זיכער ווען מען האט אים געפרעגט האט ער געענטפערט, אבער אין די גאס איז ער נישט צוגעגאנגען צו אנדערע (תוס').
זיין פטירה
געווען אמאל וואס ריש לקיש האט זיך געקריגט מיט זיין גרויסן שוואגער ר' יוחנן, די מחלוקה איז געווען איבער ווען א שווערד איז מקבל טומאה, דאס הייסט א כלי איז מקבל טומאה ווען עס ווערט פארטיג, איז די שאלה ווען ווערט פארטיג א שווערד גרייט צום באנוץ, וואס דעמאלטס איז עס א כלי און איז גרייט צו ווערן טמא, ר' יוחנן האט געזאגט א שווערד מקבל טומאה ווען מען נעמט עס ארויס פון גליעדיגען אויבן, אבער ריש לקיש האט גע'טענה'ט אז דאן איז עס נאך אלץ נישט פארטיג, א שווערד ווערט פארטיג א גאנצע כלי ווען מען וואשט עס ארום מיט וואסער עס צו מאכן גלאנצן, רופט זיך אהן ר' יוחנן צו ריש לקיש אוודאי ווייסטו בעסער ווען א שווערד ווערט פארטיג, ווייל די ביזט דאך געווען א רויבער, זאגט אים ריש לקיש, נו אויב אזוי וואס האסטו געטועהן מער פאר מיר, דארט בין איך געווען א "רבי", א הויפט פון די רויבער, און דא בין איך א רבי, א הויפט פון די בני תורה, זאגט אים ר' יוחנן אבער אזויפיל האב איך אויפגעטוהן אז איך האב דיך געברענגט תחת כנפי השכינה, האט דאס וויי געטוהן פאר ר' יוחנן אז ריש לקיש זאגט ער האט גארנישט אויף געטועהן מיט אים, און ריש לקיש איז געווארן נישט געזונט, איז געקומען די ווייב פון ריש לקיש די שוועסטער פון ר' יוחנן און געבעטן ער זאל מתפלל זיין איהר מאן זאל געזונט ווערן, אבער ער האט נישט געוואלט, און ריש לקיש איז געשטארבן.
ר' יוחנן האט געהאט גרויס צער דערפון, ווייל ער האט נישט געהאט אז גוטער תלמיד ווי ריש לקיש, די חכמים האבן אים געוואלט בארואיגין האבן זיי געשקיט צו אים ר' אליעזר בן פדת, ער איז געווען א חריף א שארפען מאן, און יעדער זאך וואס ר' יוחנן האט געזאגט האט ער געברענגט א ראיה צו ר' יוחנן אז ר' יוחנן איז גערעכנט, אבער ר' יוחנן האט זיך נישט בארויגט, ער האט געוויינט "את בר לקישא" די ביסט דען ווי ריש לקיש האט ער געזאגט, ווען איך פלעג זאגן א דין פאר ריש לקיש האט ער מיך אפגעפרעגט דעם דין מיט פיהר און צוואנציג קושיות, איך האב איך פארענטפערט פיהר און צוואנציג תירוצים, און אזוי איז ארויסגעקומדעם דעם ריכטיגן פשט נישט ווען מען זאגט די זעלבער וואס איך זאג. ר' יוחנן האט זייער געוויינט און געבענגט נאך ריש לקיש ביז ר' יוחנן איז אויך געשטארבן (ב"מ פד.).
די מעשה איז געווען א יאר פאר די פטירה פון ר' יוחנן (ספר הכריתות).
נאך די פטירה פון ריש לקיש האט זיין זוהן א קליין יונגעל געלערנט פאר ר' יוחנן אבער זיין מאמע האט אים אוועק גענומען פון ר' יוחנן ווייל זי האט מורא געהאט אז עס וועט אים שאדן די קפידא פון ר' יוחנן (תענית ט.).
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!