רוי:מגיד תעלומה

פון המכלול
ווערסיע פון 20:23, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט מגיד תעלומה צו רוי:מגיד תעלומה אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:Magidtalimu2.jpg
דער שער בלאט פון ספר מגיד תעלומה, ערשטער אויסגאבע
טעקע:Magidtalimu1.jpg
דער שער בלאט פון ספר מגיד תעלומה, ירושלימער אויסגאבע

מגיד תעלומה איז א ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו באקאנט אלס דער בני יששכר

דער מחבר

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר מגיד תעלומה איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא

אינהאלט

דער ספר מגיד תעלומה איז א פירוש אויף מסכת ברכות אויפן סדר פון די דפים, אפצולערנען פשט אין גמרא רש"י און תוספות, ווי אויך אויף פארשידענע ערטער חסידישע געדאנקען.


אויסגאבעס

חלק א'


אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר מגיד תעלומה פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.

הסכמות

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • בית עקד ספרים

מוסטער:ספרי בית דינאוו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!