רוי:יצחק ניבארסקי

פון המכלול
ווערסיע פון 19:05, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט יצחק ניבארסקי צו רוי:יצחק ניבארסקי אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יצחק ניבארסקי (שפּאַניש: Isidoro Niborski; געב' 1947) איז א פארשער און לעקסיקאגראף פון דער יידיש שפראך און א פראפעסאר אין פאריז.

ביאגראפיע

ניבארסקי איז געבוירן געווארן אין בוענאָס־איירעס, אַרגענטינע, אין 1947, א בן־זקונים צו זיינע עלטערן וואס האבן עמיגרירט פון כארזשל, פוילן. זיך געלערנט אין אַ ייִדיש־וועלטליכער שול. דעביוטירט מיט לידער אויף ייִדיש אין 1964 אויף די זייטן פון "יונגער דור". אין 1979 האָט ער עמיגרירט מיט זיין משפּחה אין פראַנקרייך. אין 1992 האָט ער געקראָגן דאָקטאָראַט אין אוניווערסיטעט פּאַריז 7. אין 1997 איז אין פּאַריז דערשינען זיין זאַמלונג פון לידער און פּראָזע "ווי פון אַ פּוסטן פאַס". ייִדיש־לעקטאָר פונעם פראַנצייזישן מלוכה־אינסטיטוט פאַר מזרחדיקע שפּראַכן און קולטורן. מחבר פונעם ייִדיש־שפּאַנישן ווערטערבוך (צוזאַמען מיט יעקב לערמאַן, בוענאָס־איירעס, 1979); ווערטערבוך פון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש (דערשינען דריי אויפלאַגעס: פּאַריז 1997, 1999 און 2012); ייִדיש־פראַנצייזישן ווערטערבוך (צוזאַמען מיט בערל ווייסבראָט און שמעון נויבערג, פּאַריז, 2002). קולטור־טוער ביים פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק. וואוינט אין פּאַריז. 

ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!