רוי:בנימין זאב הערצל

פון המכלול
ווערסיע פון 12:26, 18 מאי 2022 דורך YI>פוילישער (רעדאַקטירונגען פֿון 2001:4CD0:AC48:8ECE:3C29:A7:F762:4156 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Theodor Herzl.jpg

בנימין זאב טעאדאר הערצל (דייטשיש: Theodor Herzl; אונגעריש: Herzl Tivadar‏; 2טן מײ, 1860 - 3טן יולי, 1904) איז געווען א דיפּלאָמאַט און א יידישער שרײַבער.

ער איז דער ערפינדער פֿון פּאָליטישער ציוניזם און גרינדער פֿון דער אלװעלטלעכער ציוניסטישער באװעגונג.

ביאגראפיע

ער איז געבױרן געװאָרן אין בודאַפּעשט, צו זיין פאטער יעקוב און אנט, געלערנט יוריספּרודענץ אין װין, געשריבן דערצײלונגען, פֿעליעטאָנען און פּיעסעס.

צװישן - פֿון די יאָר 1891 ביז צו די יאָר 1895 איז ער געװען דער רעפּאָרטער פֿון די װינער צײַטונג "נױע פֿרײַע פּרעסע" אין פּאַריז. און אין יאר 1897 האט ער געגרינדעט א ציוניסטישע צייטונג "די וועלט".

אין 1896 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט דעם העפֿט "ייִדנשטאַט" אין דײַטש און אָנגעהױבן זײַנע פּאָליטישע אָרגאַניזירונג אַקטיװיטעט.

אין אויגוסט 1897 האָט ער צונױפֿגעזאַמלט דעם ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל װוּ די "באַזעל פּלאַן" איז אָנגענומען געװאָרן און די אלוועלטלעכע ציוניסטישע באוועגונג איז געגרינדט געװאָרן. פֿון דעמאָלט אָן איז ער געװען פֿאָרזיצער פֿון די קומענדיקע קאָנגרעסן.

ער האָט אָנגעפֿירט אונטערהאַנדלונגען מיט דעם טערקישן סולטאַן, רוסישן צאַר, דײַטשישן קײסער, דעם פּױפּסט און מיט דעם איטאליענישן קעניג.

פֿאַר זײַן ציוניסטישע צײַט, װערט הערצל באַטראַכט אַלס אַ ייִד װעלכער האָט געװאָלט פֿאַרראַטן זײַן פּאָלק דורך איבערפֿירן זײַ צום קריסטנטום. [מקור פארלאנגט]

נאך וואס הערצל איז נפטר געווארן אין 1905 ביים 7טן ציוניסטישן קאנגרעס איז דוד וואלפסאן אויסגעקליבן געווארן אלס דער פירער פון דער ציוניסטישער באוועגונג.

משפחה

ער מיט זיין ווייב יוליא נאשויער האבן געהאט דריי קינדערף פאלינא, האנס און טרודי.

וייב פון הערצל, ג'ולי
הערצל מיט די קינדער בײַם שרייַבטיש