רוי:ארחות ימים

פון המכלול
ווערסיע פון 15:37, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט ארחות ימים צו רוי:ארחות ימים אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ארחות ימים איז א סעריע הלכה ספרים מיט חידושים און ביאורים אויף שלחן ערוך אורח חיים און מבאר צו זיין ווי אזוי אונזערע מנהגים שטימען מיטן שלחן ערוך, פארפאסט און ארויסגעגעבן דורך הרב אברהם זאב שנעעבאלג איינע פון די דיינים אין סאטמאר (אהרונים) וויליאמסבורג.

ערשטע חלק

דער ערשטער חלק באציהט זיך פון אנהייב ביז נאך הלכות ציצית ערשיינען אין יאהר תשנ"ט.

צווייטע חלק

די צווייטע חלק, ארויסגעקומען אנהייב פון יאהר תשס"ד, איז אויף הלכות חנוכה צוטיילט אין צוויי חלקים: די ערשטע אויף הלכה אנטהאלט אכט-און-צוואנציג נתיבים אין צוויי הונדערט זיבן-און-זעכציג זייטן אריינגערעכנט דעם מפתח;

די צווייטע העלפט הייסט מנורת הזהב וועלכע באשטייט פון דברי אגדה און פלפול אויף די באקאנטע ענינים פון חנוכה, ווי: דעם ב"י'ס קשיא, סוגיא דכבתה, סמיכות דר' תנחום, אא"וו. ער אנטהאלט בסך הכל צוויי הונדערט פינעף-און-זיבעציג זייטן.

הסכמות

אויף ביידע חלקים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!