רוי:רבי אהרן טייטלבוים
טעקע:Rebbeaaronteitelbaum.jpg | |
געבורט | ברוקלין, ניו יארק |
---|
רבי אהרן טייטלבוים (געבוירן ו' חשוון ה'תש"ח) איז איינער פון די צוויי היינטיגע סאטמארער רבי'ס. ער וואוינט אין דעם סאטמארער שטעטל, קרית יואל, ניו יארק. ער איז דער עלטסטער זון פון רבי משה טייטלבוים, דער פריערדיגער סאטמארער רבי, דער ברך משה, וואס איז א ברודער-קינד פון דעם ערשטן סאטמארער רבי, ר' יואל טייטלבוים, וואס האט געגרינדעט דאס שטעטל קרית יואל אין דער שטאט מאנרא, ניו יארק.
ער איז אן איידעם ביים פריערדיגן וויזשניצער רבי פון בני ברק הרה"ק רבי משה יהושע האגער, דער בעל ה"ישועות משה" .
ער האט געדינט אלס ראש הכולל ראש ישיבה דיין און מרא דאתרא איידער איז ער געווארן א רבי.
לעבנסגעשיכטע
ער איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, צו רבי משה טייטלבוים, וואס דעמאלסט געווען רב פון דער סיגעטער קהילה אין בארא פארק. אין די תש"כ יארן האט ער חתונה געהאט מיט סאשא, טאכטער פון רבי משה יהושע האגער, דער "ישועות משה" פון וויזשניץ.[1] נאך דער חתונה האט ער געוואוינט א תקופה אין בני ברק און געלערנט אין כולל חזון איש.
זיין סאציאלע באנעמונג
זיין סאציאלע באנעמונג איז זייער שארף און שטייף.
זיינע חסידים ארגומעטירן אז זיין שטייפער כאראקטער איז א תורה'דיגע מעלה, ווייל ער האט דורכאויס די יארן זיך געדארפט ספראווען מיט עלעמענטן וואס האבן געזוכט צו אונטערברעכן סאטמאר און זיין טאטן, ר' משה. דעריבער האט ער אלס קנאות און ע"פ הלכה זיך אנגענומען פאר דעם כבוד פון זיין טאטן און זיין עלטער-פעטער רבי יואל זי"ע.
די חסידים טענה'ן אז זיינע קעגנער וועלן זיך אלס אנטשעפן אויף וואס אימער דער רבי טוט אדער רעדט און זיי וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן ווייל די אלע קריטיק איז געטריבן פון פאליטישע מאטיוון.
זיין פרומקייט
ער איז א שטארק-פרומער אין פערזענליכן לעבן, ווי למשל ער גייט נישט קיין ברילן אין שבת ווי דער מנחת אלעזר.
די דאזיגע טעזע האט זיך פיל אונטערגעשטיצט אויף דעם וואס ר' אהרן'ס שווער, דער וויזשניצער רבי פון בני ברק, נעמט אן א מער גרינגערע שטעלונג בנוגע מדינת ישראל און ציוניזם (כאטשיג ער טוט עס נישט אנערקענען), ער נעמט געלט פון דער רעגירונג, נעמט אנטייל אין די בחירות, ער שיקט זיינע חסידים צו שטימען און זיך אנשליסן אין דער פירערשאפט ביינאזאם מיט אנדערע פרומע חסידות'ן צו זיין א חלק פון אגודת ישראל.
זיינע חסידים, פון דער אנדערער זייט, צייגן אן אז זייט ה' תש"מ, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן צו ממלא מקום זיין ר' יואל טייטלבוים, איז ר' אהרן געווארן דער מערסטער פראמינענטסטער קול קעגן ציוניזם, סיי ביי אינערליכע אסיפות און סיי ביי דעמאנסטראציעס קעגן דער מדינה אין ניו יארק און וואשינגטאן. זיין באקאנטע אנטי-ציוניזם דרשה אנטהאלט א דרשה וואס ער האט געהאלטן אין בני ברק זומער ה'תשנ"ד, אין וועלכער ער האט ספעציפיש אויסגעברענגט די סאטמארער שיטה קעגן רעדן עברית. זיין טאטע האט אויך זיך געהאלטן ביי דעם אז די קשר מיט ר' אהרן'ס משפחה מיט אגודת ישראל וועט נישט אפשוואכן זיין אנטי-ציוניזם פאזיציע, ממילא איז ער לויט זיי יא פרום.
די אדמורו"ת מלחמה
ניסן תשנ"ט האט אויסגעפלאצט א באמבע מחלוקה אין סאטמאר וואס ווערט פארעכנט אלס די גרעסטע חסידישע מחלוקה אין מאדערנער היסטאריע. דאס האט פאסירט ווען דער געזונט צושטאנד פון רבי משה טייטלבוים, דער פריערדיגער רבי, האט אנגעהויבן צו נאכלאזן, סיי פיזיש און סיי גייסטיש, אויטאמאטיש האט רבי אהרן אומאפיציעל אנגעהויבן צוביסלעך איבערנעמען די לייצעס פון סאטמאר, אלע שונאים פון ר' אהרן האבן שוין שלום געמאכט מיטן מצב אז ר' אהרן גייט זיין דער אויסשליסלכער פירער פון סאטמאר.
חול המועד פסח האבן שמועות אנגעהויבן קורסירן אז דער ברך משה וויל אנדערשט, און אלעס האט זיך דראמאטיש געטוישט, דער גבאי האט אפגעמאכט אז ער גייט נישט דערלאזן אז ר' אהרן זאל מאניפולירן סאטמאר, ער האט אנגעדרייט/איבערצייגט (געוואנדן וועלכער צד) דעם רבי'ן אז מ'דארף אויפנעמען דען אינגערן זון ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג, און ר' זלמן לייב האט איבערגענומען וויליאמסבורג, אלע בתי מדרשים, מוסדות, קעמפס, מקוה, מצה בעקעריי, אלעס איז ארויסגעפאלן פון ר' אהרן'ס קאנטראל.
די בני יואל האבן דאס באטראכט ווי א נס מן השמים, און זענען געשפרינגען אויף די גאסן פאר שמחה. ווידער רבי אהרן מיט אלע וואס האבן אלס געבלוטיגט פאר סאטמאר וואס זענען בעיקר אויך געווען דעם ברך משה'ס חסידים, זענען אויפגעשוידערט געווארן.
זיין ערשטע טריט איז געווען מלחמה ער האט צוזאמגענומען א גרופע פון זיינע נאכפאלגער און ערקלערט פלניא גזלנא אז זיין ברודער זלמן האט אים באגנב'עט.
דערנאך האט ער פארציילט פאר חסידים אז זיין טאטע איז קראנק און וועפט, און כסדר געוויינט אז מען זאל זאגן תהלים נאך אים. ווידער רבי זלמן לייב האט נישט געלאזט זאגן תהלים אפי' דעם לעצטן טאג ווען דער ברך משה האט שוין גע'גוסס'ט ווייל עס האט געלייגט זיין רבנות אין א פראגע צייכן.
אלע פרואוון מצד די אהרונים צו צוריקנעמען קאנטראל פון וויליאמסבורג איז געווען אומפרוכטבאר, קודם ביי דין תורה האבן די זאליס נאר געוואלט גיין צו זייערע דיינים וואס זענען זאלוניש געשטימט, נאכדעם אין געריכט האט מען זיי באוואשן אז זיי זענען שקצים פארן גיין און ערכאות,[2] און זיי האבן טאקע אלעמאל פארלוירן.
עס האט אויסגעקוקט ווי ר' אהרן איז דערנאך, למעשה האבן צוויי הויפט זאכן אים אפגעראטעוועט פון קאמפלעט אונטערגאנג, איינס, אז זיינע חסידים האבן זיך אריענטירט און פארזיכערט צו אנהאלטן און פארשטערקערן די מאכט און די אנדערע גרויסע צענטערן פון סאטמאר בעיקר אין קרית יואל און בארא פארק, צווייטנס איז די גרויסע צאל פערזענליכע חסידים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט אים, אפילו ר' זלמן לייב פירט אלעס און אין וויליאמסבורג זענען זיינע חסידים בלויז בני יואל מענטשן וואס שטיצן אים בלויז צו שטעכן ר' אהרן.
זייט די אהרונים האבן געהאט זייער טיילווייזע אונטערגאנג אין קארט תמוז תשס"ו האבן זיי אנגעהויבן מיט א שנעלען אומפעט צו עפענען אייגענע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, זיי האבן געעפנט אויפאיינמאל חדר און סקול'ס פאר אלע יארגאנגען, איינגעשאפט בנינים רעכטס אויף לינקס, און הרב שלום לאנדא האט געבויט א גרויסע שוהל אין צוויי וואכן.
זיינע מערכות
זיין רבנות אין קרית יואל
אין ווינטער תשמ"ה איז ר' אהרן אויפגענומען געווארן אלס רב אין קרית יואל אויפן דירעקטן באפעל פון זיין טאטן, ר' משה. טייל אנאליסטן האלטן אז דער אורזאך פון זיין טאטן אריין צו שטעלן ר' אהרן אין קרית יואל איז געווען צו פארשטערקערן זיין מאכט אין דעם שטעטל וואס איז געווען אנגעוואוירן צוליב דעם וואקסענעדן התנגדות קעגן אים, בעיקר די עלעמענטן וואס זענען געווען אין מאכט אין די צייטן פון ר' יואל טייטלבוים, און האבן דאס פארלוירן נאכן הסתלקות פון ר' יואל. אט די קעגנערס האט מען אנגערופן רביצין מענטשן, צוליב דעם וואס זיי האבן זיך ארומגרופירט ארום דער רביצין פון ר' יואל, מרת אלטא פייגא טייטלבוים, (טייל האבן אפי' געהאלטן אז די רביצין זעלבסט איז געווען קעגן ר' משה טייטלבוים, דאס איז אבער נישט קלאר).
די זאליס ארגומענטירן אז באותו זמן וואס ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב, זענען א גרויסע מערהייט איינוואוינערס פון דעם שטעטל געווען קעגן זיין התמנות. אבער דאס איז א זאך וואס קען נישט קלאר אויפגעוויזן ווערן צוליב וואס עס איז דעמאלטס נישט געווען קיין דירעקטע וואלן.
די שטיצער פון ר' אהרן - וואס זענען אין אלגעמיין אויך געווען די שטארקע לאיאלע חסידים פון ר' משה - ארגומענטירן אז די אורזאך פון ר' משה צו שטעלן זיין זון אלס רב אין קרית יואל, איז צוליב די כשרונות פון ר' אהרן האלטנדיג אז ער איז א טאלאנטפולער שטייפער מנהיג, זייער א פרומער, און א גרויסער מתמיד און תלמיד חכם. די אלע מעלות קוואליפיצירן אים צו זיין רב אין קרית יואל. דורכאויס די יארן פלעגט אלס ר' משה ארויסווייזן זייער א גרויסע שעצונג צו זיין זון ר' אהרן.
פון דעם טאג וואס ר' אהרן איז געווארן רב אין קרית יואל, האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו בויען אן אפאזיציע אין קרית יואל, קעגן אים און קעגן זיין טאטע. עס זענען געווען קליינע אינצידענטן ווי די קעגענערס האבן פרובירט צו דערנידערן ר' אהרן, ווי למשל, אין איין פאל האבן מען אין א געוויסן פארטאגס אינטערגעצינדן זיין צימער ווי ער לערנט, ר' אהרן האט דעמאלטס געזאגט אז דאס האט זייער צובראכן זיין מוט, ווייל עס איז פארניכטעט געווארן פילע חידושי תורה וואס ער האט געשריבן פון זיין יוגנט.
אדר תשמ"ט האט דער סאטמארער רבי, ר' משה טייטלבוים, געהאלטן א דרשה ברבים ווען ער האט זייער שארף פארדאמט די קעגענערס פון קרית יואל, דער הויכפונקט פון די דרשה איז געווען אז ער באפעלט פאר אלע זיינע חסידים אז ווען אימער מען זעהט איינע פון קעגנערס אין איינע פון די אנשטאלטן פון די קהלה אין קרית יואל, זאל מען שרייען אויף אים שייגעץ ארויס, מיינענדיג אז מען זאל זיי ארויסווארפן מיט כח. די דרשה ווערט אנגערופן עד היום די שייגעץ ארויס דרשה. בערך אין יענע תקופה האבן די קעגנער עמטליך געגרינדעט זייער אייגענע אפאזיציע מוסדות אין קהלה אין קרית יואל, מיטן נאמען בני יואל. איינע פון די פראמינינטע פיגורן פון דער אפאזיציע איז יוסף וואלדמאן. זינט דעמאלטס פלעגן רעגלמעסיג פארקומען געוואלדאטן און פיזישע אנגריפן צווישן די קעגענערס און חסידים פון די רבי און ר' אהרן.
די דיסיאידענטן און אפאזיציע'נערן האבן זיך געזעהן אלס א קליין אומבאהאלפן קרייז פון אידן וואס ווערן גערודפט דורך ר' אהרן מיט זיינע חסידים.
די קרית יואל סקול דיסטריקט/שערי חמלה פרשה
בערך אין יאר תשנ"ג איז אנשטאנען אן אנטוויקלונג אין קרית יואל, וואס פארנעמט א פראמינענטער ארט אין די היסטאריע פון ר' אהרן'ס רבנות אין קרית יואל. נעמליך די פרשה פון די "קרית יואל סקול דיסטריקט", אדער "שערי חמלה". די קרית יואל סקול דיסטריקט איז א רעגירונג געשטיצטע שולע אין קרית יואל פאר גייסטישע אדער פיזישע אינוואלידע קינדער וואס סערווירט לויטער פרומע אידן. די אמעריקאנער קאנסטיטוציע פארלאנגט אז די רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו שטיצן קיין שום רעליגיע, עס רופט זיך די סעפעראטאציע פון קירכע און שטאַט, דעריבער האט דער געזעץ פארלאנגט אז אין אט די שולע טאר מען נישט לערנען קיין שום רעליגיעזע לימודים און עס טאר נישט אנהאלטן קיין שום רעליגיעזע שילדן אדער סימבאלן. דאס האט אויסגערופן א גרויסע קעגנערשאפט מצד מערערע רבנים פון די סאטמארער אדער קנאותדיגע טיפ, אז אזא שולע איז קעגן די תורה און די הלכה אין מ'טאר עס נישט ווייטער אנהאלטן, ווייל עס איז קעגן די אמונה פון ג-ט.
די פראמינענטע רבנים קעגנערס פון די סקול דיסטריקט וואס זענען געווארן באלעסטיקט און באשמוצט דורך אהרן מיט גרויס חוצפה און עזות זענען געווען הויפטזעכליך ר' רפאל בלום ז"ל קאשויער רב, ר' מרדכי האגער וויזניצער רבי פון מאנסי ניו יארק, און ר' יחזקאל ראטה דער קארלסבורגער רב .
ר' אברהם לייטנער וואס האט נישט געליטן דירעקט פון אים נאר פון זיין פאטער, פלעגט זיין זייער סימפאטיש צו אים, ווייל ער האט אים געהאלטן פאר א גרויסע תלמי חכם, אבער ביי די פרשה האט ער געזאגט אז מען ברויך אים באקעמפן זיין רבנות בלויז צוליב דעם וואס ער איז גרויסהאלטעריש און פארדארבן אין מידות צוליב דעם וואס ער גרייפט אן עלטערע רבנים פערזעהנליך מיט פארשעמונגען און העצעריין פון שלאגן און לאזונגען וואס פאסט פאר א גוי, ווען ער האלט אנדערשט ווי יענעם רב. אבער די ארונים טענה'נען אז די קאמף פון ר' אברהם האט נישט געמיינט אהרן נאר זיין טאטע, וואס ער האט שוין געפירט מיט אים איידער די סקול דיסטריקט פרשה און פאר ר' אברהם איז דאס געווען א גוטער מיטל צו קעמפן קעגן די טאטע.
ווען די קרית יואל סקול דיסטריקט שטרייט האט זיך געקאכט, האט רבי אהרן געהאלטן פארשידענע רעדעס צו ערקלערן די הלכה'דיגע אויסגעהאלטנקייט פון דעם סקול דיסטריקט. אין די דאזיגע רעדעס האט ר' אהרן פערזענליך אטאקירט די אלע רבנים מיט זייער שארפע אויסדריקן. איינע פון די היסטארישע רעדעס איז געווען ווען ער האט זיך אויסגעדריקט אויף ר' רפאל בלום מיט די ווערטער "עפרא לפומיה" (וואס מיינט: דאס מויל זאל יענעם אנגעפילט ווערן מיט זאמד). דאס איז אן עקסטרעמע שארפע אויסדרוק וואס מען זאגט געווענליך נאר אויף גרויסע זינדיגערס. אויך האט ער אנגערופן זיין פעטער ר' מאטעלע וויזניצער דער פעטער דער פראפעשענעלער בעל מחאה. די שארפע אטאקעס האבן אים פארפיינטעט אין די אויגן פון די חסידים פון די אטאקירטע רבנים, און אויך פיל סאטמארער חסידים האבן דעמאלטס געהאלטן אז דאס איז א באווייז אז רבי אהרן אין נישט ראוי צו זיין א פירער, ווייל ער רעדט אזוי חוצפה'דיג אויף עלטערע, רעספעקטירטע רבנים.
פון דער אנדערער זייט האבן די חסידים פון ר' אהרן און ר' משה געהאלטן אז ר' אהרן נעמט זיך אן פארן כבוד פון זיין טאטע, אין וועמענס כבוד די רבנים גרינגשעצן, וויבאלד זיי קימערן זיך נישט צו אנפרעגן זיין טאטע אדער ר' אהרן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון דעם סקול דיסטריקט, וואס רבי משה האט געהאלטן אז עס איז א מצוה און א פליכט צו אנהאלטן און שטיצן, אויף אזוי ווייט אז ער ר' משה האט געזאגט ביי א געוויסער רעדע אז דער סקול דיסטריקט וועט זיין א זכות פאר אים אויף יענער וועלט ווייל ער העלפט אינוואלידע אידישע קינדער.
זינט דעמאלטס האט זיך פארמירט אין קרית יואל בפרט, און אין סאטמאר בכלל, צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס, איינע, די חסידים פון ר' אהרן און די אנדערע די "שונאים". ביי ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס האלטן פון ר' אהרן פערזענליך גענצליך פארקערטע עקסטרעמע מיינונגען. צווישן די חסידים זענען דא א סך וואס האלטן אז ער איז א גרויסער צדיק, א הייליגער איד - גרעסער ווי זיין טאטן און ענליך צו זיין עלטער פעטער, רבי יואל טייטלבוים. ווידער פון זיינע מתנגדים זענען דא וואס האלטן אז ער איז א גרויסער זינדיגער אזוי ווי שבתי צבי און איז א געפאר פאר אידישקייט ווייל ער פירט אראפ אידן פון דעם פרומען וועג.
אין יענע צייטן האט די וועלט אויך אויפגערודערט מיטן שרעקליכען בזיון פון ר' יחזקאל ראטה וואס האט באזוכט מאנרוי און איז געווארן אנגעגרייפט דורך די בחורים פון ר' אהרן'ס ישיבה מיט שטיינער און אייער און איז קוים קוים ארויסגעראטעוועט געווארן מיטן לעבן מיט א פארמאכטן ווען. זינט דעמאלטס האט ר' אהרן אים נאכקיינמאל איבערגעבעטן אבער דער פוסק הדור האסט נאך מער די בני יואל פרומע טיפן, שטעלט ער זיך צו צו ר' אהרן וויפיל שייך מיט זיין איצטיגער מלחמה קעגן זיין ברודער.
אין אמת'ן מוז אנגעמערקט ווערן אז ר' אהרן האט איבערגעבעטן דעם קאשויער רב, אבער קאשוי רב האט אים מוחל זיין אויף די פערזעהנליכע באליידינגונגען ווייל ער האט געענטפערט אז ער האט זיך ווייניג צוקראצט פון זיינע טשעפערייען דער עיקר איז די כפירה וואס ווי לאנג ער פארמאכט נישט די סקול דיסטריקט קען ער אים נישט מוחל זיין. זיין פעטער ר' מאטעלע האט ער קיינמאל נישט איבערגעבעטן פארן אים אנרופן דער פראפשענעל בעל מחאה אבער יענער איז דאך געגאנגען צו זיינע שמחות אלס כבוד פון זיין ברודער, ר' אהרן'ס שווער, ביז די קארט קעיסעס וואס די ארונים האבן נישט געוואלט ארויסגיין פון קארט האט ער אויך צוריק אפגעשניטן מיט אהרן, אבער צו די שמחות (אמווייניגסטנס צו די קינדערס חתונות) באטייליגט ער זיך נאך אויף א רעגלמעסיגן סטאטוס.
די וויינבערגער פרשה
דאס האט זיך ארגינעל אנגעהויבן פון עפעס א פריוואטער אנגעלעגנהייט אין א משפחה וואס איז דאן דורך שווערע צייטן און דער סיטואציע האט זיך דערקייקלט אז מען האט באשולדיגט דעם פאטער מיט רשעות, און אים אזוי ארום געוואלט אנלייגן א קרימינאלע רעקארד, אז ער זאל מוזן זיך גטן און נישט קענען זעהן זיינע אייגענע קינדער. נישט קיין אנדערע ווי ר' אהרן'ס רעביצין מרת סאשע טייטלבוים אלייןס מיט די הילף פון די שטאטישע מוסדות דורך א סקול פרניסיפל מרת זילבערשטיין, האבן פרובירט אנציוועבן א בלבול אויף דעם אינגערמאן, אז דער מאן מוז זיך גטן פון זיין ווייב, וועלענדיג העלפן אן אידיש פרוי מיטן חשבון אז אויב וועט דערפון ארויסקומען א חילול השם זענען שולדיג בלויז די וואס וועלן דאס פארציילן נישט זיי וואס וועלן דאס טאן.
די חרדישע וועלט האט זיך ערשט אויפגערודערט און דערוויסט דערפון ווען די 2 פרויען האבן גאר פערזעהנליך עדות געזאגט אין קארט אז די טאטע, וואס איז גראדע געווען א גרויסער חסיד פון ר' אהרן און נישט פארפעילט קיין איין טיש, זאל חלילה האבן געזינדיגט, פארשטייט זיך אז דער איד האט עס געלייקענט און מיט די הילף פונעם וועלט בארימטן טוען ר' שמואל פריעד און נאך עסקנים, וואס די ארונים טענה'ען אז זייערע מאטיווען זענען געווען צו באגראבן ר' אהרן, האבן זיך דאן אריינגעלייגט צו העלפן די משפחה און זיך געשלאגן מיט ר' אהרן'ען און זיינע מוסדות, א דאנק דעם איז ער שפעטער גענצליך ריינגעוואשן געווארן אין געריכט און מען האט אויפגעוויזן, אז סאשע ר' אהרן'ס רעביצען נישט נאר וואס זי האט אנגעמאכט דעם גאנצן בלבול אויף דעם איד, נאר זי האט פערזענליך פרובירט רח"ל העצן די קליינע אומוויסענדע חרדישע תמימותדיגע מיידלעך, וואס האבן ניטאמאל געוויסט וואס עס רעדט זיך, אז זיי זאלן בלויז נאכזאגן פאר פאליציי און פאר א זשורי לעיני כל העולם, ווערטער וואס זיי פארשטיין נישט, (וואס איינע פון די זענען גאר א דאון סינדראם קינד וואס האט נישט קיין אייגן דעת) קעגן זייער אייגן טאטען, און אזוי ארום אויך נעמען א טייל אינעם אומדערהערטן מנובלישען אקט פון מאכן אזא היסטארישען בלבול, א דאנק דעם אויפדעקונג האט דער גויאישער זשאזש ארויסגעווארפן דעם קעיס און גאר גערעדט קעגן די אידישע אמונה אז א חשובער רב בישראל זאלן אויסן צו טאן אזא זאך דערמיט מאכענדיג א היסטארישער חילול השם.
אין יענער צייט האבן רבנים זיך אריינגעמישט און שטארק געברויזט קעגן ר' אהרן, טענה'דיג צו אים אז אפי' לו יצויר ער איז נישט געווען דירעקט דער וואס האט עס ארגינעל געברענגט דערצו וואלט ער עס ווען געקענט אפשטעלן אין איין רגע, אבער זיינע חסידים האבן גענטפערט אז די משפחה האט געבטען ר' אהרן זיך אריינמישן, און אלס באווייז האבן זיי געוויזן אז זיין גבאי ר' חיים שלמה פישער איז דאך זיין נאנטסטער מענטש און איידעם פונעם באטרעפנדען קרבן.
אבער היינט צוטאגס איז די גאנצע משפחה קעגן ר' אהרן אחוץ די גבאי פישער, ווייל אפילו אז זיין רעביצען מיט זיינע מנהלים פון זיינע מוסדות האבן דאס אנגעדרייט, אויף א רצון פון א פאמיליע מעמבער, און ר' אהרן האט אפשר פערזענליך גארנישט געוויסט דערפון אין אנפאנג פרשה, און שפעטער האט ער שוין נישט געטארט אריינרעדן ווייל עס איז געווען א פעדעראלער קעיס, און ממילא האט ער נישט געוואלט וויסן גארנישט דערוועגן. ממילא קען מען אים אפשר לויט אים נישט אנלייגן אלע פראבלעמן פון זיין ווייב און מוסדות און נאך איינגעשטעלטע מיט זיינע נאנטע שטוב מענשטן, האט ער דאך זיי געקענט הייסן אויפהערן.
די גאנצע משפחה וואס זענען אויך געווען די גרעסטע חסידים פון ר' אהרן ביז די פרשה, די חרדישע וועלט אין אירע אלע רבנים זענען זייער פארווייטאגט ווייל זיי זאגן אז זיי האבן אים געבעטן און געוויינט משך פון איבער 4 יאר חי וקיים ער זאל זיך אפלאזן פונעם קעיס און מען וועט דאס שיינערהייט און באהאלטערהייט אפווישן. אבער דאס איז שוין אריין אין א כבוד פאר די פארטיי אז מען מוז אויפווייזן אז זיין רעביצען סאשע איז יא געווען גערעכט פון אנפאנג און מען טאר איר נישט פארשעמען כאטשיג די עקשנות פון סאשע טראגט דאך די דירעקטע קאנסקעווענסן חלילה אז זיי זאלן נישט קענען קיין שידוכים טאן לדורות אויב נעמט מען דאס ח"ו אן פאר אמת רח"ל.
די ענדע איז ברוך ה' דער אנגעקלאגטער ריינגעוואשן געווארן און די ריכטער מיט א זשורי האבן געמאכט ללעג ולקלס פון די סתירות און רשעות וואס די אנקלעגער האט דא געוואלט טאן און די חזקת כשרות פון אידן זענען צוריקגעשטעלט געווארן על מכונם צום פרידן פון יעדן.
פילע קעגנער פון ר' אהרן האלטן אבער אז די פלעק פון דעם היסטארישען סקאנדאל איז געבליבן פארשמוצט אויף ר' אהרן'ס קאנטע לדראון עולם, סיי צוליב וואס אנדערע אידן וועלן דאס נאכטאן צו ארויפלייגן א בלבול אויף א מאן אויב וויל מען א גט און סיי צוליב די צער פון אזוי מיאוס פארשמוצען א משפחה בישראל לעיני כל העולם.
די גיורת פרשה
א אינגערמאן איז ל"ע אפגעפארן און ארויס לתרבות רעות, און איז געווען איינער פון זיינע תלמידים, ער אויפגעצויגן געווארן פון א צובראכענער משפחה וואס איז נאך אלס דבוק אין אים, און די מיטגלידער פון דער משפחה זענען גבאים און ראשי הקהילה וואס שטופן זיין וואגאן און קעמפן פאר זיין רעביסטעווע, (ווי די פעטערס ר' מאיר הירש און ר' שלמה זלמן שטיין.)
עס הייבט זיך אן מיט דעם וואס זיינס א תלמיד האט איבערגעלאזט אייגן ווייב און 5 קינדער און זיך פארליבט אין א גוי'טע. יארן האט די משפחה פרובירט צוריקצוברענגען דעם אינגערמאן צו אידישקייט. ביז איינמאל האט זיי דער ר' אהרן געהייסן מגייר זיין די ווייב פונעם אינגערמאן מיטן דירעקטן בדיעבד'יגן כוונה אז וויבאלד דער אינגערמאן וועט שוין נישט צוריקגיין צו זיין ערשטער ווייב, און זיין צווייטער ווייב וויל האלטן אידישקייט, וועט דער אינגערמאן אפשר אויך האלטן אידישקייט דורך די נאנטשאפט וואס ער האט געהאט מיט זיין מאמען און שיקסע וואס ער פלעגט קומען מיט איר כסדר אויף שבתים און ימים טובים אויף קרית יואל, צוזעהן די הנהגה פון אידן מיט חסידים ווי אזוי צו פירן זיך אידישלעך אויפן סאטמארער שטייגער, און דערמיט ארויסגעוויזן און געזאגט אפן אז ער וויל תשובה טאן. ר' אהרן האט זיך אבער אויסגענומען אז דאס זאל זיין שטיל און קיינער זאל זיך נישט דערוויסן כדי נישט נאכטאן.
ווען ר' אהרן איז געוואויר געווארן אז דער רב וואס האט מגייר געווען די ווייבל איז גאר איינער פון זיינע ארכי-קעגנער הרב ר' יצחק מאנדל און אויך אז מען האט געטובלט די פרוי אין דער מקוה פון בני יואל און צוגאב האט די משפחה פון די ערשטע ווייב געוואלט זייער שטארק אז דער אינגערמאן זאל נישט קענען חתונה האבן און זיי זענען פראמיניטע עסקנים פון קרית יואל, האט ער באשלאסן צו שלאגן פאליטישע קאפיטאל און מאכן א שטונק דערקעגן און אויסגעדרייט זיין דאטשיג מיט א בלעכענעם פנים ערקלערט אז די מאמע, א צובראכענע אלמנה און רעספעקטירטער חשובע פרוי, וואס האט דאס געהערט די עצה פון אים זאגט גאר ליגענט.
ער האט ליידער אליין מפרסם געווען די מעשה וואס קיינער האט נישט געוואוסט דערמיט זאגנדיג אז די פראבלעם מיטן גיור איז אז אנדערע וועלן דאס נאכטאן, און אזוי ארום באשמוצט די משפחה אויף די גאנצע וועלט, עס האבן זיך צו אים דאן צוגעשטעלט 2 ליטווישע רבנים, ר' שמחה בונם קאהן פון לעיקוואד און נאך איינער פון בארא פארק. וואס האבן געזאגט אז אין זייערע קרייזן איז דאס יא שכיח אז אידן פארליבן זיך אין גויט'עס, דעריבער מוז מען דאס באקעמפן כאטשיג אין סאטמאר קרייז איז דאס דערווייל נישט שכיח ממילא וואלט דאס איינצעלער אויסנאם אויב עס איז ווען שטיל נישט געווען א פראבלעם.
ר' יחזקאל ראטה וואס איז א פוסק פאר מאדערענע קרייזן אויך האט זיך דאן יא צוגעשטעלט צום דער מערכה פון ר' אהרן על אף די קאנסעקווענסן וואס דאס האט ל"ע געהאט אויף דעם פרומען קרייז.
על אף וואס קיינער פארמישט אין דעם סקאנדאל האט נישט געהאט מיט וויליאמסבורג איינגעלייגט, נישט ער, נישט ר' יצחק מאנדל און נישט די עלטערן און נישט די פארפאלק, דאך צוליב זיין ווייזן אז ער איז נאכאלס גרויס האט ער געמאכט מיט גרויס פאמפע אן אסיפה אין וויליאמסבורג, אין סיגוטער שול, אז אלע רבנים פון טריי-סטעיט ניו יארק זאלן זיך קענען באטייליגן דערין, כדי צו דאס ווי מער צו פארשפרייטן האט מען געהאט בילדער און לאנגע באריכטן דערוועגן אין זיין צייטונג דער בלאט, כאטשיג רוב רבנים זענען נישט געווען פון וויליאמסבורג.
דער בלאט און זיינע ארונים בראש פון אים מיט עטליכע דרשות איז דעמאלטס געווען בעיקר פארנומען צו פארשפרייטן קעגן ווייבל צו באשמוצען און פייניגן א גיורת אז זי האט זיך נישט מגייר געווען כדת משה וישראל, זי האט אבער אפגעענטפערט מיט עטליכע בריווען צו רבנים וואס בשעתו נתפרסם געווארן אויפן אינטערנעט צו זאגן אז די פאלשע קלאנגען פון די ארונים זענען ריינע בייזוויליגע פארטייאישע רדיפות קעגן איר, און זי האלט יא איין אלע מצוות און מנהגים פון חרדישע אידן און זי האט זיך נישט מגייר געווען צוליב די ליבע פון איין מענטש איר מאן, נאר די מאן האט אין איר אריינגעלייגט א ליבע צו גאט זיין תורה און זיין פאלק, דעריבער וויל זי זיין א טייל פון דעם פאלק אידן. אבער וויבאלד דער איד האט נישט געוואלט געבן נאך פרסום פארן סיפור האבן זיי נישט אפגעדרוקט אירע ווערטער,
אריזאנע ווייץ קאמף
ער האט איינגעפירט אן הלכה'דיגע תיקון צו טוישן די ווייץ וואס מען נוצט פאר די מצות פאר פסח, פון די ביז איצטיגע לאנג איילענד ווייץ, וואס איז באנוצט געווארן דורך סאטמארע אידן פון תש"ח ביז תשכ"ו און פון תשכ"ט און ווייטער, צו די מער מהודר'דיגע אריזאנע ווייץ, און געזאגט אז מען האט אריינגעווארן א פלאק אין די מצות.
זיין תורה
ער האט זיך יארן לאנג מייגע געווען על התורה ועל העבודה, פון קינדווייז אן וואס ער האט געהאט חברותות גרויסע תלמידי חכמים וואס האבן מיט אים געלערענט פריוואט, שטענדיג אים צו הייבן, ער זאל קענען ווערן א מנהיג.
ווען ער איז נאך געווען א פרישער אינגערמאן האט אים שוין זיין טאטע מיטגענומען צו וויכטיגע אסיפות רבנים, אים צו איינטרענירן צו זיין א מנהיג און א רבי.
ביי די 31 יאר אלט האט אים זיין פעטער, רבי יואל, געשטעלט אלס ראש ישיבה פון דער גרויסער סאטמארער ישיבה גדולה אויף סענדס סט., אויפן פלאץ וואס ר' נתן יוסף מייזעלס און ר' מרדכי שטיין האבן פיגורירט פארן יארן לאנג. ביזן היינטיגן, כמעט 30 יאר, וואס איז ער פירט די ישיבה.
ער איז פארעכנט אלס א וואונדערליכער בעל מחדש און מגיד. ער האלט רעגלמעסיג דרשות און שיעורים וואס ענהאלט פילפולים, רמזים, דברי חסידות אין ענליכס. ר' אהרן טייטלבוים האט שוין אפגעשריבן מערערע ספרי חידושי תורה אויף תורה און ש"ס. איבער 30 בענדער פון זיינע חידושים זענען שוין געדריקט געווארן. זיינע חסידים קוקן עס אלס א פאזיטיווער כשרון, פארגלייכענדיג אים צו זיין עלטער-פעטער ר' יואל טייטלבוים.
זיינע ספרים
- פלפולים נחמדים - ארויסגעגעבן לכבוד די הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה
- זבח פסח ב' חלקים - ב' כסלו תשמ"ז
- שובה ישראל ב' חלקים - ז' כסלו תש"נ
- שערי אהרן - אדר ב' תשנ"ה
- חידושי תורה מהר"א ט"ב תשס"ב - כ"א כסליו תשס"ד
- שערי שמחה - י' סיון תשס"ז
- לב אהרן (אבות) ב' חלקים - אב תשע"א
- לב אהרן פסחים (פסחים) ב' חלקים
- לב אהרן (על התורה) - תשרי תשע"ח
- מהר"א ט"ב (על התורה) ד' חלקים
קינדער
- רבי מנחם מענדל טייטלבוים סאטמארער (ארונים) רב אין וויליאמסבורג, האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד, ברכה סימא, די טאכטער פון רבי בעריש מייזליש, רב פון סאטמארער קהילה אין בארא פארק.
- מרת חיה, די ווייב פון רבי חנוך העניך אשכנזי, א מו"ץ און רב פון דער עצי תמרים געגנט אין קרית יואל, און ראש כולל "פתורא דשבתא". חודש שבט, ה'תשפ"ב, נאך די פטירה פון זיין פאטער רבי יצחק אשכנזי פון אלעסק פלעטבוש, איז ער געקרוינט אלס אדמו"ר מאלעסק, אין קרית יואל.
- מרת שרה מרים, די ווייב פון רבי ברוך טייטלבוים רב פון בית המדרש ויואל משה אין קרית יואל. דערצו דינט ער אלס א מוהל און א בעל מכשיר פאר זיין טאט'ן דער וואלאווער רב.
- מרת הינדא, די ווייב פון רבי שמעון זאב מייזליש, א מגיד שיעור און א מו"ץ און שכונת ברך משה אין קרית יואל.
- רבי חיים צבי טייטלבוים, רב אין סיגעטער שוהל אין וויליאמסבורג, האט געהייראט מרת רבקה חיה שרה, טאכטער פון רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים.
- מרת חנה, די ווייב פון רבי דוד דוב דושינסקי, זון פון רבי יוסף צבי דושינסקי, דער דושינסקיא רבי פון ירושלים, און רב אין ביהמ"ד אהל פיגא אין ק"י.
- רבי יואל, האט געהייראט מרת רבקה בלומא, טאכטער פון רבי לייבוש אייכענשטיין, בערטשער רבי פון מאנסי. רב אין ביהמ"ד בית ברוך אין קרית יואל
- מרת מרגלית, די ווייב פון רבי יוסף רוקח
זיינע גבאים
זיינע חסידים
זיי ווערן אנגערופן מיט א נאמען ארונים בעיקר דורך די זאליס, ווייל טראץ די אלע קעגנערשאפט וואס האט זיך אנגעזאמעלט דורך די יארן און די ציטיילונג אין סאטמאר איז נאך אלס ר' אהרן היינט פארעכענט ביי זיי אלס די גרעסטע חסידישע רבי און אמעריקע, און מעגליך אויף די וועלט, זיי ציילן זיך און די צענדליגע טויזנטער איבער דע. גארער וועלט.
די טיפישע חסידים פון ר' אהרן זענען אין אלגעמיין די געטרייע חסידים פון זיין טאטע, וואס האבן זיך אלס געהאלטן געטריי צו זיין טאטע און אים דורכאויס די אלע מחלוקת קעגן בני יואל און זייערע שטיצער. זיי האלטן אז טראץ זיינע אלע חסרונות און היסטארישע קריטיק, איז ער פון דעסטוועגן דער פאסיגסטער ממלא מקום פון ר' יואל טייטלבוים און פאר א גרויסע צדיק ווי זיי אייסערן זיך און זיינע תורות אין אויפירונג און קוויטלען זיך.
ר' זלמן לייב'ס חסידים וואס ווערן אויך צוריק אנגערופן מיטן נאמען זאליס דורך די ארונים ארגומענטירן אז זיי זענען א גרעסערע חסידות, ווייל זיי האבן מער מענטשן וואס שטרעבן פאר ר' זלמן לייב'ס הצלחה, אינערהאלב סאטמאר וואס לויט זיי אינעם סאטמארער זין קען מען דאס אויסטייטש אלס חסידים, טראץ דער טיפישער זאלי איז נישט קיין חסיד פון ר' זלמן לייב זעלבסט, ער איז בלויז א סימפאטיקער, ווייל ער נעמט א שטעלונג אין די מחלוקה, אבער ער האלט נישט ר' זלמן לייב פאר א צדיק, קוויטעלט זיך נישט ביי אים, גייט נישט צו זיינע רוחניות'דיגע פארברענגען, אויף אזוי ווייט אז א גרויס חלק פון די זאליס טיען גרינגשעצן מיט שפאס אויף ר' זלמן לייב, אבער צוליב די פיינטשאפט קעגן ר' אהרן שטיצן זיי אים, און פרובירן אים צו הייבן.
רעפערענצן
- ↑ אודותיה ב - יקי אדמקר, הצצה: נשות האדמו"רים נחשפות, אויף וואלה, 29סטן מאי 2014
- ↑ ווי די הלכה לויטעט
פריערדיגער: {{{פאריגער}}} |
אדמורי סאטמאר | קומענדיגער: {{{נעקסטער}}} |
וועבלינקען
- פורים טיש פון ר' אהרן טייטלבוים
- יארצייט טיש כ"ו אב, תשס"ה. אין קרית יואל [1].
- דרשה איבער מנובלים פירצה אין קרית יואל.[2]
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!