רוי:שינדלערס ליסטע
שינדלערס ליסטע Schindler's List | |
באזירט אויף | "תיבת שינדלער" פון טאָמעס קענילי |
רעזשיסאר | סטיווען ספילבערג |
פראדוצירער | סטיווען ספילבערג בראַנקאָ לוסטיג דזשעראַלד אַר. מאָלטן לעוו ריווין |
סצענארשרייבער | סטיווען זייליען |
אקטיארן | ליעם ניסאָן בען קינגסלי רייף פיינס |
מוזיק | דזשאָן וויליאַמס |
רעדאקטירונג | מיכאל קאַן |
פארשפרייטער | יוניווערסאַל פילמען |
לענג | 195 מינוטן |
לאנד | פאראייניגטע שטאטן |
שפראך | ענגליש העברעאיש דייטש פויליש |
בודזשעט | $25 מיליאָן (השערה) |
שינדלערס ליסטע (ענגליש: Schindler's List) איז א היסטארישער חורבן אייראפע פילם וועגן אסקאר שינדלער, א פאלקסדויטשער ביזנעסמאן פון טשעכיי, וואס האט געראטעוועט א טויזנט פוילישע אידן פון אויסמארד אין חורבן אייראפע, ווען ער האט זיי באשעפטיגט אין זיין פאבריק.
דער פילם איז געמאכט געווארן דורך סטיוון ספילבערג, עס שפיעלט אויס די היסטארישע געשיכטע. ווען די נאציס האבן אויפגעשטעלט די קראקעווער געטא, איז אסקאר שינדלער וואס איז דעמאלט געווען פאר'רעכענט אלץ נאצי מיטגליד, געקומען קיין קראקע צו פארדינען מיט א פאבריק. צוליב געוויסע סיבות, האט ער אונטערגעשמירט די נאצי אפיצירן אויפשטעלן זיין פאבריק און אנשטעלן אידן צו ארבעטן דארט.
ער האט אויסגעארבעט א רעטונגס פלאן, און ער ווערט היינט פאר'רעכענט אין די היסטאריע ביכער, אלס איינע פון די חסידי אומות העולם. ווען די נאציס האבן ליקווידירט די געטא אין פלאשעוו, האט שינדלער געשאפן א "ליסטע" פון יידישע ארבעטערס וואס ער האט געדארפט אריבערפירן אין טשעכיי, און מיט דעם האט ער זיי געראטעוועט.
דער פילם איז גאר א גאנגבארער פילם, און פון די בעסטע פון די פילמען וועגן חורבן אייראפע. עס האט געוואונען דער אסקאר פרייז פון 1993.
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!