רוי:קאמיל פיסארא
קאַמיל פּיסאַראָ (פראַנצױזיש: Camille Pissarro; דעם 10טן יולי 1830 - 13טן נאָוועמבער 1903) איז געווען אַ פּראָמינענטער פראַנצױזישער קינסטלער, איינער פון די גרינדער און אױסגעהאַלטענע פאָרשטייער פונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלעריי.
ער איז געבױרן געוואָרן אין דער שטאָט שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אױפן קאַריבישן אינדזל סענט-טאָמאַס, דעמאָלט אין רשות פון דענמאַרק (איצטער - בתולה-אינדזלען, פאַראייניקטע שטאַטן), אין דער משפּחה פון אַ פאַרמעגלעכן סוחר פון ספרדיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין פראַנקרייך.
אין זיינע בילדער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפישע לאַנדשאַפטן (אָפטמאָל מיט געשטאַלטן פון די פּױערים, וואָס האָרעווען אױף די פעלדער). האָט ער אױך געשאַפן מאָלערישע אימאַזשן פון פּאַריזער בולוואַרן.
פּיסאַראָ האָט זיך געחברט אָדער איז באַקאַנט געווען מיט פּאָל סעזאַן (Paul Cézanne), פּאָל גאָגען (Paul Gauguin), עדגאַר דעגאַ (Edgar Degas), קלאָד מאָנע (Claude Monet), קאַמיל קאָראָ (Camille Corot) און אַנדערע אָנגעזעענע פאָרשטייער פון דער קינסטלערישער סביבה.
ער איז געווען דער איינציקער קינסטלער, וועלכער האָט אָנטיילגענומען אין יעדער איינער פון די אַכט אימפּרעסיאָניסטישע אױסשטעלונגען, וואָס זענען פאָרגעקומען אין די יאָרן 1874-1886.
אין די שפּעטערע יאָרן פון זיין לעבן, האָט ער אױך עקספּערימענטירט אױפן געביט פון נעאָ-אימפּרעסיאָניזם און אױסגענוצט די טעכניק פון "פּואַנטיליזם" (Pointillisme) אין זיינע ווערק.
קאַמיל פּיסאַראָ איז נפטר געוואָרן אין 1903 אין פּאַריז. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפן "פּער-לאַשעז" צווינטער.
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: קאמיל פיסארא |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!