רוי:קלאד מאנע

ווערסיע פון 17:41, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ײ" ב־"יי")
פּיער-אָגוסט רענואַר: קלאָד מאָנע ביים לייענען אַ צייטונג
קלאָד מאָנע: איינדרוק: זון-אױפגאַנג (1872)

קלאָד מאָנע (פראַנצױזיש: Claude Monet; דעם 14טן נאוועמבער 1840 - 5טן דעצעמבער 1926) איז געװען אַ פּראָמינענטער פראַנצױזישער קינסטלער, איינער פון די גרינדערס פונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלעריי.

ער איז געבױרן געװאָרן דעם 14טן נאָװעמבער 1840 אין פּאַריז (פראַנקרייך) אין דער משפּחה פון אַ שפּייזקרעמער. זיין מוטער איז געװען אַ זינגערין.

אין זיינע בילדער האָט קלאָד מאָנע געשילדערט פאַרבנרייכע אימאַזשן פון דער נאַטור, דאָרפישע און שטאָטישע לאַנדשאַפטן. אין 1872 האָט ער געשאַפן זיין באַרימטן לאַנדשאַפט-בילד "איינדרוק: זון-אױפגאַנג" (Impression: soleil levant). אױפן סמך פון אָט דעם טיטל, עס האָט זיך שפּעטער באַװיזן דער נאָמען פון דער גאַנצער אימפּרעסיאָניסטישער קונסט-באַװעגונג.

צווישן 1883 און 1908 איז מאנע געפארן צום מיטלענדישן ים, וואו ער האט געמאלט אנדענקפונקטן, לאנדשאפטן און ים־שאפטן. ער האט געמאלט וויכטיקע סעריעס פון געמעלן אין ווענעציע און אין לאנדאן. זיין צווייטע ווייב, אליס, איז געשטארבן אין 1911, און זיין עלצטער זון, זשאן, איז געשטארבן אין 1914. זיין שנור בלאנש, וואס איז געווען אליסנס טאכטער, האט אכט געגעבן אויף מאנע נאך אליסנס טויט. אין די יארן האט מאנע אנגעהויבן ליידן פון קאטאראקטן אין די אויגן. די געמעלן וואס ער האט דעמאלסט געמאלן זענען א ביסל רויטלעך, וואס איז נארמאל פאר די וואס ליידן פון קאטאראקטן, ווייל זיי זען נישט גוט בלויע קאלירן. אין 1923 האט מען אפערירט אויף אים אוועקנעמען די קאטאראקטן.

קלאָד מאָנע איז געשטאָרבן דעם 5טן דעצעמבער 1926 אינעם שטעטל זשיװערני (Giverny), אין נאָרמאַנדיע. זיין קבר געפינט זיך דאָרטן אױפן קלױסטער-צווינטער.

קלאָד מאָנע: װאַסער-ליליעס (1906)
קלאָד מאָנע: אַ פרױ אין גאָרטן (1867)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!