רוי:קריפטאגראפיע

פון המכלול
ווערסיע פון 17:20, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פאסווארט" ב־"פעסווארד")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קריפּטאָגראַפיע (פון גריכיש κρυπτός, קריפטאס, "באַהאַלטן, געהיים"; און γράφω, גראַפא, "איך שרײַב") איז די װיסנשאַפט װעלכע באַשעפטיקט זיך מיט אלגאריטם מיטן צװעק צו פאַרשליסן אינפאָרמאַציע דורך קאָדן. די װיסנשאַפט פון קריפּטאָגראַפיע איז שוין פון די פאַרצייטיקע יאָרן װאָס האָט געניצט צו פאַרשליסן פון דעם פיינט װיכטיקע ידיעות. היינט ניצט מען עס צו פאַרשליסן דיגיטאַלישע אינפאָרמאַציע, װי למשל אַ דיגיטאַלישע אונטערשריפט.

מאדערנע קריפטאגראפיע שניידט איבער די דיסציפלינען פון מאטעמאטיק, קאמפיוטער וויסנשאפט, און אינזשעניריע. טייל אנווענדונגען פון קריפטאגראפיע זענען געלט אויטאמאטן, קאמפיוטער פאסווערטער, און עלעקטראנישער האנדל.

היסטאריע פון קריפטאגראפיע און קריפטאאנאליז

קלאסישע קריפטאגראפיע

אנהייב פון מאדערנע קריפטאגראפיע

קריפטאאנאליז פון די נייע מעכאנישע אפאראטן וואס מען האט אנגעהויבן ניצן אין דעם 20סטן יארהונדערט האט זיך אויסגעוויזן שווער. אינעם פאראייניגטן קעניגרייך האט מען געארבעט אין בלעטשלי פארק וואס האט געברענגט צו אן אנטוויקלונג פון מער עפעקטיווע מעטאדן אויסצופירן כסדרדיקע פעולות. ענדלעך האט מען אנטוויקלט דעם קאלאסוס, דער ערשטער גאנץ עלעקטראנישער און דיגיטאלישער, פראגראמירבארער קאמפיוטער אין דער וועלט, וואס האט געהאלפן דעקאדירן שיפערן גענערירט דורך דער דייטשער מיליטער'ס לארענץ SZ40/42 מאשין.

שיפער־כּתב אין דער ייִדישער רעליגיע

אין ספר ירמיהו למשל װערט דערמאָנט "מלך ששך", װען די מיינונג איז "מלך בבל", װייל אויב מען דרייט איבער דעם א"ב, אל"ף = תיו, בי"ת = שי"ן, איז ששך = בבל.

אויך אין קבלה איז באַקאַנט גייסטליכע רבנים װעלכע האָבן געניצט אַ שיפער־כּתב קאָמפּליצירט מיט ראשי תיבותן און מיט נישט מסודרדיקע זאַצן און װערטער כּדי צו באַשרייבן העכערע טעמעס װעלכע באַשעפטיקן זיך מיט קבלה, כּדי זאָל דער פּשוטער מענטש ניט קענען פאַרשטיין. למשל איז באַקאַנט דער מגילת סתרים פון ר' נחמן בראסלעווער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!