רוי:קאסמאס
דער קאסמאס איז דער ראיאן פון דעם אוניווערס אינדרויסען פון דער אטמאספערע.
דאס ווארט קומט ארגינעל פון א גריכישן טערמין וואס מיינט פשוט סדר, אז עפעס איז אויסגעשטעלט אין א סיסטעמאטישער אראנזשירונג. עס איז פשוט דער פארקערטער קעגנארטיקער טערמין פון כאאס. דאס ווארט קאסמעטיק וואס מען נוצט צו מאכן שיין דאס געזיכט קומט אויך פון דעם שורש ווארט.
פיטאגאראס איז מקובל צו האבן געווען דער ערשטער פילאזאף צו נוצן דעם טערמין פארן אוניווערס, ווארשיינליך צוליב זיין סדר וואס דאס האט ער אנערקענט אלס עפעס געטליך און העכער מסודר אלץ לויט עפעס א סודותדיקן פלאן פון גאט.
קאסמאלאגיע איז א שטודיע און חכמה פון דעם קאסמאס אין פארשידענע פון די אויבענדערמאנטע מיינונגען, ווענדענדיק זיך אויף דעם קאנטעקסט.
טייל פילאזאפן ניצן אבער דעם טערמין צו רעדן פון אלע מאניפעסטאציעס פון עקזיסטענץ, אריינגערעכענט פארשידענע שיכטן פון באוויסטזיין.
זעט אויך
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: קאסמאס |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!