המכלול:אלגעמיינע אנווייזונגען פאר שרייבער

פון המכלול
ווערסיע פון 01:41, 27 דעצעמבער 2022 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (רעדאגירונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

וואס זאל איך טון דא?

המכלול איז אן ענציקלאפידע וואס ווערט געשריבן דורך יעדער איינער. דער סוד פון די הצלחה פון אזא סארט ענציקלאפעדיע איז נישט אז עס זענע דא אסאך וואלונטירן וואס ארבעטן דערין, נאר אז יעדער איינער שטעלט צו פון זיינע בעסטע ידיעות און שענסטע טאלאנטן.

דערפאר, זענען די טעמעס וואס איר זאלט שרייבן און בארייכערן אט די טעמע וואס איר ליבט דאס מערסטע, און וואס איר קענט דאס בעסטע. באשרייב דיין רבי, חסידות, קהילה, שטאט און אינדוסטירע אין וועלעכע דו באשעפטיגסט זיך א.ד.ג.

אויב זענען דא קאפיטלעך היסטאריע אין וועלעכע דו האסט גרויס אינטערעסע און דו ליינסט און פארשסט אסאך דערוועגן, פרוביר עס צו באשרייבן. די זעלבע איז אויך גילטיג לגבי נייעסן אין וועלעכע איר זענט אריין געטון, פערזעליכקייטן וואס איר פאלגט נאך און סוגיות און מקצועות וואס איר לערנט.

טו דער פליכט איר קענט דאס בעסטע. אויב זענט איר א שרייבער, שרייבט די ארטיקלען. אויב קענסטו נישט אזוי גוט שרייבן, אבער דו קענסט גוט די אידישע שפראך, אויסלייג און גראמאטיק, זיי מגיה די ארטיקלען. אויב קענט איר ביידע נישט, אבער איר האט פילע ידיעות, קענט איר שרייבן רויע ארטיקלען און בעטן אנדערע זאלן עס צו פוצן.

איר קענט אויך צו שטעלן מקורות, לינקס, בילדער, רעקאדינוגען און וואס נישט דארט וואו עס פאסט אריין. איר קענט אויך סתם קומען געבן פידבעק פון א ליינערס פערספעקטיוו און אנווייזן דעם שרייבער וואו ער דארף מען מאריך און מסביר זיין, און וואו ער האט לכאורה איבער געטריבן. אזוי אויך, אויב קענט איר זיך אויס מיט די וויקי סינטעקס, קענט שיין אהערשטעלן די פארשידענע מוסטערן, קאטאגאריעס און אלעס ארום.

אין איין ווארט: טו און שרייב דאס וואס איר קענט דאס בעסטע און איז אייך דאס געשמאקסטע, דאס ווערט ברענגן רעזולטאטן מיט די בעסטע קוואלעטעט.

מקורות