רוי:רבי יום-טוב ליפמאן העלער
הרב יום-טוב ליפמאַן הלוי העלער (ה'של"ט 1579 - ו' אלול ה'תי"ד 1654) איז געווען שטאטס־רב פון פראג און קראקע. ער איז באוואוסט פאר זיין פירוש "תוספות יום טוב" אויף משניות, און "מעדני יום טוב" און "דברי חמודות" אויף די פסקי הרא"ש.
ביאגראפיע
יום-טוב ליפמאן איז געבוירן געווארן אין וואלערשטיין, בייערן, צו זיין פאטער הרב נתן הלוי העלער, וואס איז אבער נפטר געווארן עטלעכע טעג פאר זיין געבורט. ער איז געהאדעוועט דורך זיין זיידן הרב משה הלוי וואלערשטיין. ער האט געלערנט ביים מהר"ל פון פראג און ביי הרב יעקב גינצבורג אין פרידלאנד.
אין שנ"ז איז ער באשטימט ביי דער עלטער פון 18 יאר ווי א דיין אין פראג. אין שפ"ד איז ער געווארן רב פון ניקאלשבורג, און א האלב יאר נאכהער איז ער געווארן רב פון ווין, וואו ער האט געפועלט ביי דער רעגירונג אז די אידן זאלן קענען וואוינען צוזאמען אין לעאפאלדשטאט. אין שפ"ז האט מען אים באשטימט אב"ד פון פראג. אין פראג האבן די עשירים אים געמסרט און ענדליך איז ער פארטריבן פון דער שטאט. אין שצ"א איז ער געווארן רב פון נעמרוב, פוילן. אין שצ"ד איז ער אריבער צום רבנות פון לודמיר.
כ"ח מרחשון ת"ד איז ער געקומען קיין קראקע אויפצונעמען דאס רבנות, און ער איז געבליבן דארט מער ווי צען יאר ביז זיין פטירה ו' אלול תי"ד.
נאך די שרעקליכע גזירת ת"ח ות"ט האט ער געזאגט אז די הויפט אורזאך פאר די אלע צרות איז ווייל מען איז מזלזל אין די כבוד פון ביהמ"ד און מען איז נישט געווארנט נישט צו רעדן ביים דאוונען. ער האט דאן פארפאסט דעם מי שברך וואס מען זאגט אין טייל קהילות פאר קריאת התורה צו בענטשן די מתפללים וואס זענען געווארנט נישט צו פלוידערן אין שול ביים דאווענען.
זיינע חיבורים
- תוספות יום טוב אויפן משניות
- מעדני יום טוב און דברי חמודות אויף די פסקי הרא"ש
- מגילת איבה - זיינע פערזענליכע איבעלעבענישן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!