דרעפט:רבי יום-טוב ליפמאן העלער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' יום טוב ליפּמאַן העלער איז געבּוירן געוואָרן ה'של"ט אין דער שטאָט וואלערשטיין, אין בּייערן. זיין פאָטער, ר' נתן, איז געשטאָרבּן ווען ר' יום טוב ליפּמאַן איז נאָך גאַר יונג געווען, און זיין זיידע ר' משה העלער האָט אים גענומען צו זיך און אים דערצויגן. דער זיידע זיינער, וועלכער איז געווען דער הויפּט־רב פון די אידישע געמיינדעס אין בּייערן, האָט אים גע־ געבּן אַ גוטע, שטרענגע אידישע דערציאונג. אַלט־ווערנדיק צוועלף יאַר, האָט אים דער זיידע אַוועקגעשיקט לערנען אין דער ישיבה פון פרידבּורג, אין וועלכער ר' יעקב גינצבּורג איז געווען דער ראש ישיבה. אַ רייכער אידישער קויפמאַן פון פּראג, מיטן נאַמען אהרן אשכּנזי, איז געקומען קיין פרידבּורג וועגן געשעפטס־אַנגעלעגנהייטן און בּאַזוכט די ישיבה מיט דעם געדאַנק אַרויסצונעמען פון דאַרט אַ ישיבה־בּחור אַלס חתן פאַר זיין טאָכטער. דער ראש ישיבה האָט אים רעקאָמענדירט דעם בּחור יום טוב ליפּמאַן העלער, אויסלויבּנדיק אים אַלס דער בּעסטער און פעאיקסטער תּלמיד צווישן אַלע תּלמידים זיינע.

אהרן אשכּנזי האָט מיטגענומען דעם יונגן יום טוב ליפּמאַן נאָך פּראג, וועלכע איז צו יענער צייט געווען אַ "עיר גדולה של חכמים וסופרים". דער מהרי"ל (ר' לוי בּר' בּצלאל, וועמען די לעגענדע האַט צוגעשריבּן זיין שאַפן אַ גולם) איז דאָרט געווען דער ראש ישיבה, און ס'איז דער גרעסטער כּבוד געווען צו לערנען אין זיין ישיבה. צו גלייכער צייט האָט אויך גע־ לעבּט אין פּראג ר' דוד גאנז, דער מחבּר פונם "צמה דוד", און דער הויפּט־ רב פון גאַנץ בּעהמען, ר' אפרים לאנטשיף. אונטער דער השגחה פון די אַלע דריי האָט זיך ר' יום טוב ליפּמאַן געלערנט און חתונה געהאַט פאַר אהרן אַשכּנזיס טאָכטער. אין יאָר 1597, אַלט־זייענדיק קוים אַכטצן יאָר, איז ער אויפגענומען געוואָרן אַלס דין אין פּראג. ער איז שוין דע־ מאָלט בּאַרימט געווען אַלס גרויסער תּלמודיסט און געלערנטער אין וועלטלעכע וויסנשאַפטן.

אין דעם דרייסיג־יאָריקן קריג, וועלכער האָט זיך אָנגעהויבּן אין 1618 און געדויערט בּיז 1648, האָט עסטרייך די הויפּט־ראָלע געשפּילט אין אים, און אַזוי ווי עסטרייך האָט מלהמה געפירט צו פאַרטיידיקן דעם אַלטן פאַרדאָרבּענעם קאַטאָליציזם מיט זיין אינקוויזיציאָן און שייטערהויפן, האָבּן די אידישע געמיינדעס זיך גענייטיקט אין טיכטיקע רבּנים, גייסט־ רייכע וועגווייזער, צו דערמוטיקן דאָס פאָלק און צו פאַרטיידיקן זיינע טראַדיציעס, און ר' יום טוב ליפּמאַן איז איינגעלאַדן געוואָרן קיין ווין אָנצונעמען דעם אמט אַלס רב. דריי יאָר, האָט ער דעם אמט אָנגעהאַלטן. ענדע 1627 איז ער איינגעלאַדן געוואָרן פון דער פּראגער געמיינדע אַנר צונעמען דעם אמט פון הויפּט־רב אויפן אָרט פונם פאַרשטאָרבּענעם. און פון יענער צייט אַן האַבּן זיך אָנגעהויבּן זיינע שמערצן און ליידן. דער קריג, וועלכער — ווי געזאָגט — האָט זיך אָנגעהויבּן אין 1618, האָט זיך אינם יאַר 1628, ווען ר' יום טוב ליפּמאַן איז געווען לאַנד־ראַבּינער, דאָס צענטע יאָר געציילט, און אין דעם משך האַט די מלחמה דאָס לאַנד בּיז גאָר פאראָרעמט. נאַר ווער רעכנט זיך אין מלחמה־צייט, אין יעדער עפּאָכע, איבּערהויפּט אין יענער פינסטערער עפּאָכע, מיט די בּירגער פונם לאַנד, וויפיל הויטן מען דאַרף בּיי זיי אַראָפּשינדן, איבּערהויפּט מיט דעם עלע־ מענט וואָס רופט זיך "איד".

די שווערע קריגס־שטייערן וואָס זענען אַרויפגעלייגט געוואָרן אויף די אידן, זענען פיל מאַל מערער געווען ווי די אַרויפגעלייגטע אויף די ניט־אידישע בּירגער. פערציג טויזנט גולדן אַ יאַר האָבּן די אידן געדאַרפט צושטעלן אין דער רעגירונגס־קאַסע. אויסער דעם איז די מאַטעריעלע לאַגע פון די אידן אין בּעהמען געווען אַ שרעקלעך טרויעריקע. דער קריג האָט צעשטערט און פאַרניכטעט דעם האַנדל און פעלד־אַרבּעט. ווען דער פּויער פלעגט וועלן אַראָפּנעמען די תּבואה פון זיין פעלד, וועלכעס ער האָט מיט שווערע פּראצע בּאַאַרבּעט, פלעגן קומען די רייטער, די קאַוואַלעריע, צו־ טרעטן אַלעס מיט די פערדס טריט, דאַס איבּערגעבּליבּענע צונעמען פאַר די פערד און פאַר זיך. וואָס־זשע האַט געקאָנט טון דער איד אין אַזאַ צייט? אין די שטעט איז דער האַנדל געווען אינגאַנצן פּאַראַליזירט, אין די דערפער האָט ער ניט געהאַט וועמען צו פאַרקויפן, אויסער דעם פלעגט מען בּאַפאַלן דעם אָרימען אידן, וועלכער איז מיט זיין סחורה געקומען אין די דערפער און בּיי אים זי אַוועקרויבּן. און פון די אַלע צרות, איז די צרה פונם קריגס־שטייער געווען די גרעסטע. פערציג טויזנט גולדן צו צאָלן אַ יאָר, האָט אַריינגעבּראַכט די אידן אין דער גרעסטער פאַרלע־ גנהייט. און ווען ס'איז אָנגעקומען דער בּאַפעל פונם שטאַטסהאַלטער, אַז אין משך פון פופצן טעג נאָכן דערהאַלטן די פאָדערונג מוז די סומע אומ־ בּאַדינגט געדעקט ווערן, זענען זיי פאַרצווייפלט געוואַרן, איבּערהויפּט ווען דער בּאַפעל איז געווען מיט דער גרעסטער שטרענגקייט, אַז ווען מען וועט צו דער בּאַשטימטער צייט ניט בּאַצאַלן, וועלן די פאָרשטייער אַרעסטירט ווערן און געהאַלטן ווערן אונטער אַרעסט בּיז די סומע וועט געדעקט ווערן. די אידישע געמיינדע פון פּראג איז געצוואונגען געווען צו בּאַשטימען אַ קאָמיטעט, פון די גרעסטע מיטגלידער אירע, אַלס אַ שטייער־ קאָמיסיע, וועמעס אויפגאַבּע זאָל זיין בּאַשטייערן יעדן נאָך די מעגלעכ־ קייטן זיינע, אויף צו קאָנען דעקן די פערציג טויזנט גולדן. זעלבּסטפאַר־ שטענדלעך, אַז פאָרזיצנדער פון דער קאָמיסיע איז בּאַשטימט געוואָרן דער לאַנדסראַבּינער ר' יום טוב ליפּמאַן העלער. און דער גוטער איידעלער רב, נאָך די אַלע אָנשטרענגונגען יינע צו בּאַשטייערן יעדן נאָך זיין מאַ־ טעריעלן שטאַנד נאָך, האָט דאַך ארויסגערופן צאַנקערייען און שטריי־ טיקייטן צווישן די אידישע געמיינדעס אין בּעהמען. חושד זיין די קאָמיסיע בּכלל און דעם רב בּפרט, אַז זיי האַנדלען פּאַרטייאיש, אייניקע ווערן בּאַ־ שטייערט ווייניקער, און אייניקע מערער. און פילע האָבּן זיך אָפּגעהאַלטן פון צאָלן. דאָס האָט געצוואונגען די קאָמיסיע אָננעמען געוואַלד מיטלען, אַרעסטירן דעם ניט צאָלער, אַריינלייגן אין חרם, אָדער אינגאַנצן אים אויסווייזן פון בּעהמען. און דאָ האָט זיך אַנגעהויבּן די סדרה פון מסירות, און אויף אַזאַ נידערטרעכטיקן אופן, אַז מען האָט ניט אָפּגעהאַלטן זיך צו פאַרמסרן ר' יום טוב ליפּמאַן העלער, אַז ער פאַרהאַלט פאַר זיך גרויסע סומען געלד פון די צונויף געזאַמלטע שטייערן, און ער פאַרשוינט זיינע פאַרוואַנדטע און גוטע פריינט און נעמט בּיי זיי ווייניקער נאָך זייערע פינאַנציעלע מעגלעכקייטן. די מסירות זענען געשיקט געוואָרן גלייך צום קייזער פערדינאַנד, וועלכער האָט זיי גענומען אין אַכט, און האָט אַרויסר געשיקט אַן אונטערזוכונגס ־ קאָמיסיע איבּערצוצייגן זיך אין דער ריכטי־ קייט פון די זעלבּע. און ווען אפילו די אונטערזוכונגס ־ קאָמיסיע האָט זיך איבּערצייגט אין דער ניט ריכטיקייט פון די מסירות, האָט עס דאָך ניט אָפּגעהאַלטן די אויסוואורפן אָנצוגיין מיט ווייטערדיקע מסירות, וואַס זענען געפערלעך געווען פאַר ר' יום טוב ליפּמאַן. די מסירה איז בּאַשטאַר נען, אַז ר' יום טוב ליפּמאַן העלער האָט אין זיינע פון אים געשאַפענע ווערק באַליידיקט דאָס קריסטנטום. צו יענער צייט האָט ר' יום טוב ליפּ־ מאַן פאַרפאַסט זיין "תּוספות יום טוב", אַ פּירוש אויף משניות, "להם חמודת", "מעדני מלך" און פיל אַנדערע. ווען קייזער פערדינאַנד האָט דערהאַלטן די מסירה, איז ער בּיז גאַר אויפגערעגט געוואָרן. "איך — האָט ער אויסגעשריגן — פיר אַזאַ שווערן און בּיטערן קריג קעגן די פּראָ־ טעסטאַנטן, און דאָ קומט אַ אידישער רב און בּאַליידיקט דאָס קריסטנטום". די מוסרים האָבן אין זייער מסירה נאָך אָנגעמערקט, אַז דער אידישער רב איז אומגעהויער רייך, ער פאַרמאָגט הונדערטער טויזנטער גולדן און ווען ס'זאַל זיך אַרויסווייזן, אַז די מסירה איז א ריכטיקע, דאַרף זיין גאַנץ פאַרמעגן קאָנפיסקירט ווערן און איבערגעגעבן ווערן — נאָך די געזעצן פון עסטרייך אין יענער צייט — צום קייזער. און אַזוי ווי פערדינאַנד האַט זיך גענייטיקט אין געלט אָנצופירן די מלחמה, האָט ער שוין קיין אויס־ פאָרשונגס־קאָמיסיע ניט געשיקט, נאַר גלייך געשיקט אַ מיליטער ־ מאַן מיט סאַלדאַטן, צו שמידן ר' יום טוב ליפּמאַן העלער אין קייטן און אים בּרענגען קיין ווין אַלס געפערלעכן פאַרבּרעכער. און אַזוי ווי דער שטאַט־ האַלטער און פיל קריסטלעכע מאַגנאַטן האָבן געקענט דעם אידישן רב פאַר זייער אַן ערלעכן און ערנהאַפטן מאַן, האָבּן זיי געפּועלט בּיי דער רעגירונג, נאָכדעם ווי עס איז געשפּענדעט געוואָרן אַ גרויסע סמע געלט, אַז די פּראַגער אידן זאַלן געבן אַ גוטע גאַראַנטיע פאַרן רב, אַז ער וועט זיך צושטעלן פאַרן געריכט אין דער בּאַשטימטער צייט, ווען דער משפּט קעגן אים וועט פאָרקומען. דעם 5־טן תּמוז פונם יאַר ה. שפ"ט, אָדער דעם 25־טן יוני 1629 איז ר' יום טוב ליפּמאַן אַרויפגעפאָרן פון פּראג. דעם 2־טן יולי איז ער אָנגעקומען קיין ווין. דער דריטן פון זעלבן חודש האַט ער זיך פאָרגעשטעלט פאַרן קאַנצלער, וועלכער, נאָך דער ערשטער בּאַשולדיקונג, וואָס ער האָט אים אויפן אַרט געמאַכט, פאַר וואָס ער האָט איינעם פון זיינע ספרים אַ נאָמען געגעבּן: "מעדני מלך", וואָס איז אַ מאַיעסטעטישע בּאַליידיקונג, האַט ער פאַראָרדנט, מען זאַל אים, ווי אַ שרעקלעכן פאַרבּרעכער, פאַרשפּאַרן אין געפענקעניש, דאַרט וואו עס געפינען זיך די געפערלעכע אַרעסטאַנטן, מערדער, רויבּער, אונטער־ צינדער, און שטרענג באַפוילן קיינעם צו אים ניט צוצולאָזן.

די אַרעסטאַנטן אין תּפיסה, אנערקענענדיק אַז דער בּלייכער, שוואַכער רב, איז בּשום אופן קיין קרימינעלן פאַרבּרעכן ניט בּאַגאַנגען, האָבּן אים ניט נאָר מענטשלעך, נאָר אויך בּרידערלעך בּאַהאַנדלט. זיי האָבּן נאָך זייער מעגלעכקייט זיין לאַגע אין תּפיסה פאַרלייכטערט. די אידישע געמיינדע אין ווין האָט דורך שווערער מי און דורך דער פאַרמיטלונג פונם הויף ־ יוד יעקב שמואלס, בּאַראָן פון טרייענבּערג, אויסגעווירקט, אַז מע זאָל ר' יום טוב ליפּמאַן העלער איבּערפירן פון דער קרימינאַל — אין דער שטאָ־ טישער תּפיסה, דאָרט וואו עס געפינען זיך ניט קיין שרעקלעכע פאַר־ בּרעכער.

און דער פּראָצעס איז פאָרגעקומען. און ווי ווייט דער ווילדער קאַ־ טוילישער פאַנאַטיזם האָט פאַרפינסטערט דעם געזונטן מענטשן ־ פאַר־ שטאַנד, קען מען זיך איבּערצייגן פון דעם פאַרגעקומענעם פּראָצעס. טראָץ דעם, וואָס מען האָט אין זיינע הבּורים קיין בּאַליידיקונג קעגן קריסטנ־ טום ניט געפונען, איז ער דאָך פון די ריכטער צום טויט פאַרמשפּט גע־ וואָרן. זיין פאַרבּרעכן איז בּאַשטאַנען, ערשטנס: אין זיינע ספרים לויבּט ער דעם "תּלמוד", און הייסט די אידן אים צו שטודירן. און דער תּלמוד איז דאָך קעגן קריסטנטום, א סימן דער פּויפּסט האָט דאָך געהייסן פאַר־ בּרענען דעם תּלמוד... צווייטנס: ווי האָט ער זיך געוואַגט אָנרופן זיינע ספרים "מעדני מלך" און "להם חמודות"? קאַן דען זיין — האָבּן די ריכ־ טער מאָטיוירט — אַז אַ אידיש בּוך, וואָס בּאַהאַנדלט רעליגיעזע פראַגן זאָלן זיין אַ קעניגלעכען געריכט?... קאַן דען זיין אַ צווייט בּוך, וואָס בּאַהאַנדלט אידישע פראַגן, אַ "להם המודות", אַ דעליקאַטעסע? עס האָט ניט געהאָלפן די מייסטערהאַפטע פאַרטיידיקונג פון ר' יום טוב ליפּמאַן העלער, וועלכער האָט מיט פיל אַרגומענטן בּאַוויזן זיין אומשולד.

מיט דער גרעסטער אָנשטרענגונג פון די ווינער אידן, אָן דער שפּיצע פון דעם הויף־יוד, בּאַראָן פון טרייענבּערג, איז געלונגען אויסצוווירקן בּיים קייזער פערדינאַנד צו פאַרבּייטן דעם טויט־אורטייל אויף אַ געלט־שטראָף. נאָכדעם ווי ס'איז פון דער געמיינדע בּאַצאָלט געוואָרן צען טויזנט גולדן, איז ער בּאַפרייט געוואָרן, מיט אַ תּנאי, אַז ער טאָר מער קיין רב ניט זיין אָדער פאַרנעמען אַ וועלכע ס'איז אַנדערע פאַראַנטוואָרטלעכע שטעלע אין גאַנץ עסטרייך.

מיט אַ צייט שפּעטער האָט מען אויסגעווירקט בּיים קייזער די דערלויבּעניש, ר' יום טוב ליפּמאַן זאָל מעגן פאַרנעמען אַ ראַבּינער־שטעלע אין דייטשלאנד.

אין 1632 איז ר' יום טוב ליפּמאַן איינגעלאַדן געוואָרן קיין נעמיראָוו צו פאַרנעמען דאָס רבּנות. דריי יאָר איז ער דאָרט אַלס רב פאַרבּליבּן. דאַן איז ער געוואָרן רב אין וולאדימיר וואָלינסקי, אָדער ווי אידן פלעגן עס רופן: לאָדמיר. נאָכן טויט פון ר' יהושע שלמה פאַלק, איז ער איינ־ געלאַדן געוואָרן קיין קראקוי צו פארנעמען זיין אָרט און דאָרט איז ער שוין פאַרבּליבּן בּיז זיין טויט. ר' יום טוב ליפּמאַן העלער איז נפטר געוואָרן דעם 7־טן סעפּטעמבּער 1654, אין דער עלטער פון 75 יאַר. זיין נאַמען איז פאַראייבּיקט געוואָרן אין די פון אים פאַרפאַסטע ספרים, אי־ בּערהויפּט אין זיין "תּוספות יום טוב" אויף משניות.

רעפערענצן