רוי:בוכטע
א בוכטע איז א שטח וואסער וואס איז ארומגענומען מיט לאנד פון דריי זייטן. א גרויסע בוכטע ווערט גערופן אן איינגאס. א שמאלע בוכטע מיט שיפע זייטן הייסט א פיארד. אמאל געפינט זיך א בוכטע אין א צווייטער בוכטע, למשל [דזשעימס בוכטע]] געפינט זיך אין דער הודסאן בוכטע, וואס זיצט אין צענטער צווישן די קאנאדישע פראווינצן פון קוויבעק און אנטעריא.
ווען דער ברעג ים האט א שטח פון ווייכן גרונד צווישן טיילן פון ברעג וואס זענען הארטער שטיין, מאכט זיך אז דער ים טוט אונטערשווענקען דעם ווייכן גרונד, איבערלאזנדיק א בוכטע.
א בוכטע קען זיין ברייט נאר עטליכע מעטער, ס'קען אבער אמאל זיין ברייט הונדערטע קילאמעטער. אזוי ווי די בוכטע טוט שיצן פון דעם כח פון די כוואליעס, זער אפט מאכט זיך א פלאזשע אין דער בוכטע.
די גרעסטע בוכטע אין דער וועלט איז די בוכטע פון בענגאל.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!