רוי:שמעון החשמונאי

פון המכלול
ווערסיע פון 22:30, 21 דעצעמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "זעלבשטענדיקייט" ב־"זעלבסטשטענדיגקייט")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שמעון התרסי, אדער שמעון החשמונאי, איז געווען דער צווייטער זון פון מתתיהו הכהן, און עלטערע ברודער פון יהודה המכבי, און דער ערשטער אויפגענומענער הערשער איבער ארץ יהודה, פון די חשמונאים דינאסטיע, ער איז אויפגענומען געווארן דורך די סנהדרין, אלס הערשער און כהן גדול. אנגעפאנגען פון יאר 153 איידער די ציווילע רעכענונג.

ער האט געקעמפט צוזאמען מיט זיין טאטע, און שפעטער מיט זיינע ברודער יהודה, אלעזר המכבי, און יונתן הוופסי, קעגן די יוונים. און נאכן באזיגן די יוונים, האט ער זיך באשעפטיקט אין אויסרייניקן דאס לאנד פון זייער קולטור. דערנאך האט ער באפרייט די גליל, אין א קאמף וואס ער האט זיך אפגעטיילט פון יהודה, וואס האט מלחמה געהאלטן אין גלעד.

נאכדעם וואס יהודה איז אומגעקומען אין א קאמף אין בית חורון, איז ער אין זיין ברודער יונתן, אנטלאפן קיין מזרח זייט ירדן טייך, ווי זיי האבן פארגעזעצט זייער קאמף קעגן די יוונים.

יונתן האט אויסגענוצט די רייבערייען, אינערהאלב די קעניגרייך פון די יוונים אין סיריע, און געשלאסן בונדן מיט מערערע פארטייען, וואס האט אים פארזיכערט די כהונה. איינע פון יונתנס באקאנטע, איינער מיטן נאמען טריפון, א גענעראל פון די יוונים, האט אים איבערצייגט צו קומען אויף עכו, צוליב שלום געשפרעכן, דארט האט ער אים איינגעזעצט, דאס איז געווען א גרויסע קלאפ פאר די אידן, וויבאלד יונתן איז געווען זייער א כאריזמאטישע און אנגעזעענע רעגירער. שמעון האט אין א מלחמה באזיגט דעם טריפון אבער יונתן איז אומגעקומען, דער טריפון האט געוואלט נוצן יונתן אלס אויסטויש. שמעון האט געשלאסן א בונד מיט טריפונס פיינט דימיטריוס, און פארגעזעצט יונתנס שליסן א בונד מיט שונאים, אויף זיי אויסצונוצן.

דאס האט געברענגט, צו יידישע זעלבסטשטענדיגקייט, צום ערשטן מאל זינט די חורבן, פון ערשטע בית המקדש, די יאר איז געווען 142 איידער די ציווילע רעכענונג, און פון דעמאלט האט זיך אנגעפאנגען די נייע ציילונג ביי אידן, אויף די יידישע קעניגרייך.

שמעון האט פארגעזעצט די קריג קעגן די יוונים, און האט איינגענומען יפו, גזר, און האט באזיגט די מיליטער וואס איז געזעצן אין א פעסטונ אין ירושלים מיטן נאמען כאקרא, אום כ"ג אייר, וואס לויט די רבנים איז עס באשטימט געווארן אלס יום טוב.

שמעון האט געשלאסן א בונד מיט די רוימישע אימפעריע, וואס איז דעמאלט געווען די גרעסטע דערגרייכונג, און שפעטער די ערגסטע זאך צו טון.

עס נישט קלאר אויב שמעון האט געלאזט דרוקן מטבעות, צווישן די ארכעאלאגן, איז דא מיינונגס פארשידענהייטן.

שמעון האט געהאט אן איידעם מיטן נאמען תלמי בן חבוב, וואס איז געווען הערשער איבער יריחו, וואס איינער פון די גריכן מיטן נאמען אנטיוכוס סידעטס, האט אים איבערצייגט ער זאל אומברענגען שמעון, ער האט געמאכט א סעודה, און שמעון מיט צוויי פון זיינע זון יהודה און מתתיהו זענען ביי געווען, תלמי האט זיי געהרגט אינמיטן סעודה. קיינער פון מתתיהו הכהנס קינדער, האט נישט זוכה געווען צו א נאטורליכע טויט.

יוחנן הורקנוס דער ערשטער, האט איבערגענומען די הערשאפט, און האט פארגעזעצט, מיט וואס זיין טאטע האט אנגעפאנגען. ער האט פרובירט נקמה נעמען אין זיין שוואגער, אבער די געשיכטע האט זיך געענדיקט היבש טראגיש, ווען זיין מאמע אין זיין ברודער זענען אויך אומגעקומען.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!