אולאַן באַטאר, (מאנגאליש: Улаанбаатар אולאַנבאַטאַר), איז די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט פון מאנגאליי. די שטאט איז אן אומאפהענגיקער מוניציפאליטעט וואס געהערט נישט צו קיין פראווינץ, און איר באפעלקערונג אין 2008 איז געווען א ביסל מער ווי 1 מיליאן.[1]

פלאצירט אין דעם צפון צענטראלן טייל פונעם לאנד, די שטאט ליגט אין דער הייך פון 2110 מעטער אין א טאָל לעבן דעם טול טייך. זי איז די קולטורעלע, אינדוסטריעלע און פינאציעלע הארץ פונעם לאנד. זי איז אויך דער צענטער פון מאנגאליי'ס שאסייען נעצווערק, און באהאפטן מיט א באן צו דער טראנס-סיבערישער באן און דעם כינעזישן באן נעצווערק.[2]

די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין 1639 אלס א נאמאדישער בודהיסטישער צענטער. זייט 1778 איז זי פלאצירט אינעם טול טייך טאל. אינעם 20סטן יארהונדערט, האט אולאן באטאר אויסגעוואקסן א הויפט פאבריצירן צענטער.[2]

רעפערענצן

47°55′12″N 106°55′12″E / 47.92000°N 106.92000°E / 47.92000; 106.92000   מוסטער:אזיע-געא-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!