רוי:סאווע
די סאָװע, נאַכטפויגל אדער אוילע איז אַ רויב פויגל װאָס פליט און אקטיוו געווענליך נאר ביינאכט. עס האט ספּעציעלע פעדערן װאָס מאכן נישט קיין קלאנג װען ס'פליט די פליגלעך. סאוועס פאנגען קליינע זויג-חיות, צום ביישפיל מייז, קיניגלעך, װעװערקעס (אויף אונגארישן דיאלעקט "מאָיקושן") און אפילו קליינע קעץ. קליינע סאוועס שפייזן זיך אויכעט פון פליענדיגע און קריכנדיגע אינסעקטן. סאוועס װאוינען אין נעסטן, אינעווייניג פון די ביימער אדער אין דעכער פון פארשידענע געביידעס, און בפרט אין שייערן אדער אנדערע בנינים װעלכע געפינען זיך אויף פאַרמען. עס זענען פאראן פילצאליגע סארטן סאוועס, מער װי 200 פארשידענע זגאַלן. סאָװעס זענען פארשפרייט אויף אַלע קאנטינענטן אויסער פון אנטארקטיקע.
זעט אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!