רוי:טביה דער מילכיגער

פון המכלול
ווערסיע פון 18:15, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (27), ײ ← יי)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שער בלאַט פון יאָר ה'תש"ז (1947)

טביה אָדער טעוויע דער מילכיקער איז דער נאָמען פון אַ בוך, ווי אויך דער הויפּט כאַראקטער אין דעם בוך. געשאַפן פון שלום עליכם, אַרויס אויף אידיש אין יאָר ה'תרנ"ד (1894). אין יאָר ה'תרצ"ט (1939) האָט מען אַדאַפּטירט פון די דערציילונגען אויף דעם פילם טעוויע.

טביה איז אַן אָרימער איד וואָס וואוינט אין אַ דאָרף ניט ווייט פון אַנאַטעווקע, מיט זיין ווייב גאָלדע, און זיינע זיבן טעכטער (נאָר זעקס פון זיי ווערן דערמאָנט ביים נאָמען: צייטל, האָדל, חוה, שפּרינצע, ביילקע און טייבל).

די געשיכטע

דער בוך איז אויסגעשטעלט אַלס מאָנאָלאָגן, וואָס טביה דעציילט זיינע איבערלעבונגען צו דעם מחבר.

דאָס גרויסע געווינס

אין דער ערשטער מעשה, דערציילט טביה ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ מילכיקער. איינמאָל איז ער געפאָרן אַליין אין וואַלד, און ער האָט דאָרט געטראָפן צוויי בלאָנזשענדיקע אידישע פרויען. נאָכן פירן זיי אין שטאָט אַריין, האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז זיי באַלאַנגען צו אַ נגידישער משפחה, און אַלס לוין פאַר זיין הילף, האָט מען עם אָנגעשטאָפּט מכל טוב אַהיים צו ברענגען, געלט, געבעקס און דער עיקר - אַ מעלקנדיקע בהמה.

אַ בוידעם

טביה שטויסט זיך אָן אויף זיינעם אַ ווייטן קרוב – מנחם מענדל. יענער רעדט טביה'ן איין ער זאָל מיט עם געטרויען זיינע גאַנצע געלט ער זאָל מיט דעם קויפן אקציעס, צוזאָגנדיק דערביי אַז די געלט וועט זיך פאַרטאָפּלען עד בלי די און טביה וועט נאָך ווערן אַן עושר. טביה באַוויליקט זיך, און די גאַנצע געלט גייט לאיבוד.

הײַנטיקע קינדער

דער קצב לייזער־וואָלף, אַ גרויסער גביר – כאָטש אַ היבשער עם־הארץ, רעדט זיך צונויף מיט טביה'ן ער זאָל עם פאַרקנסנען זיין עלטסטע טאָכטער צייטל. דערוויילע ווייזט זיך אויס אַז צייטל וויל גאָר חתונה האָבן מיט מאָטל קאַמזויל – דער אָרימער שניידער. טביה איז מסכים, און ער פאַלט איין אויף אַ המצאה כדי איינצורעדן גאָלדען: אינמיטן נאַכט כאַפּט ער זיך אויף ווי פון אַ בייזן חלום, און טענה'ט אַז לייזער־וואָלפס ערשטע פרוי פרומע־שרה, האָט עם שטרענג געוואָרנט ניט צו געבן זיין טאָכטער פאַר איר געוועזענעם מאַן, אַניט – וועט זי שטאַרבן נאָך אַ וואָך דריי.

האָדל

אַ נייער גאַסט באַווייזט זיך אין שטעטל, טביה רופט עם אָן "פעפערל" נאָך זיין שאַרפן צונג, אָדער אויף רוסיש – פּערטשיק. האָדל פאַרליבט זיך אין עם, נאָר ער איז אַ פאַרברענטער קאָמוניסט. נאָכן שטעלן חופה און קידושין, ווערט ער אַרעסטירט און פאַרשיקט אין סיביר. האָדל פאָרט עם נאָך אַהין צו.

חוה

טביהס דריטע טאָכטער חוה האָט שטאַרק ליב צו לייענען. זי הייבט אָן באָרגן ביכער ביי איינעם אַ גוי כוועדקע, וועלכער זי טענה'ט "איז דער צווייטער גאָרקי". זי פאַרליבט זיך אין עם, האָט חתונה מיט עם, און ביי טביה'ן איז זי פּונקט ווי געשטאָרבן.

זע אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!