רוי:רבי אריה פינקל
באשעפטיגונג | ראש ישיבה |
---|
רבי אריה לייב פֿינקל (י"ד אב ה'תרצ"א, 1931 - ו' אב תשע"ו, 10טן אויגוסט 2016) איז געווען דער ראש ישיבה פון דער מירער ישיבה אין בראכפעלד, א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה און א מיטגליד אינעם פרעזידיום פונעם ועד הישיבות. ער האט שטענדיג געהאט א שמייכל אויפן פנים.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין ארץ ישראל צו זיין פאטער רבי חיים זאב פינקל (דער בכור פון רבי אליעזר יודל פינקל), וואס איז שפעטער געווארן משגיח אין דער מירער ישיבה, און זיין מוטער לאה (אייבעשוץ), א שטיף־טאכטער פון הרב יוסף חיים זאנענפעלד, רב פון ירושלים. ער האט געלערנט אין דער היכל התלמוד ישיבה אין תל-אביב. נאך זיין בר-מצוה האט ער געלערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה, פון די ערשטע תלמידים. ער האט געלערנט בחברותא מיט בערל פאווארסקי (היינט פאנאוועזשער ראש ישיבה). אין תש״ו איז זיין מוטער נפטר געווארן און ער איז געבליבן א יתום.
אין אלול תשי״ג האט ער געהייראט אסתר גיטל, טאכטער פון הרב שמואל אהרן יודעלעוויטש.
נאך דער חתונה האט ער געלערנט אין מיר, און ענדלעך האט מען אים באשטימט א מגיד שיעור (ווען רבי נחום פרצאוויטש איז געווארן קראנק) און משגיח (נאך דער פטירה פון רבי חיים שמואלעוויטש). צענדליגע יארן איז ער געווען דער בעל מוסף ימים נוראים אין מיר.
אין אלול תש"ס האט מיר אויפגעשטעלט א פיליאל אין בראכפעלד, מודיעין עילית און ער איז געווארן דער ראש ישיבה דארט.
אין תשע"ב האט מען אים באשטימט צו דינען ווי א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.
ער איז נפטר געווארן ו׳ אב תשע"ו און מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות לעבן די מירער ראשי ישיבות רבי רפאל שמואלעוויטש און רבי אליהו ברוך פינקל.
ביים סוף פון דער שבעה האט מען אים מספיד געווען אין דער מירער ישיבה די רבנים: הרב משה שפירא, הרב דוד כהן, ראש ישיבה פון חברון, און זיין זון ר' נתן צבי.
משפחה
די קינדער פון רבי אריה און זיין ווייב אסתר גיטל זענען:
- רבי בנימין פינקל, מגיד מישרים ומשגיח אין דער ישיבה קטנה "משכן ישראל", און זיין ממלא מקום אין בראכפעלד.
- רבי נתן צבי
- רבי חיים זאב, איידעם פֿון הרב דוד מילער פון ענגלאנד, ר״מ אין דער מירער ישיבה, ירושלים
- לאה מייזל, זשורנאליסטקע, ווייב פון רבי סער מייזל
- די ווייב פון רבי אברהם שפירא
זיין ברודער, הרב משה פינקל, איז געווען א מגיד שיעור אין דער מירער ישיבה.
זיינע ספרים
- הר יראה - זאמלונג פון מוסר שמועסן
- יבא שילה - זאמלונג פון מוסר שמועסן וועגן שבת
וועבלינקען
- ישראל כהן, 9טן נאוועמבער 2014 פרופיל מיוחד: אלו החברים החדשים של 'ועד הישיבות', אויף כיכר השבת