רוי:רבי שמחה בונם אלטער
הרב שמחה בונם אלטער (כ"ג ניסן ה'תרנ"ח 1898 - ז' תמוז ה'תשנ"ב 1992) איז געוועזן גערער רבי פון ה'תשל"ז (1977) ביז ה'תשנ"ב (1992). זײַנע תורות זענען געדרוקט אין דעם ספר 'לב שמחה'.
לעבענס געשיכטע
הרב שמחה בונם איז געבוירן אין שטעטל גער, פוילן, כ"ג ניסן תרנ"ח (1898), צו זײַן פאטער דעם "אמרי אמת" און זיין מוטער ראדא יהודית טשארנא פון ביאלע, ווען זײַן זיידע דער "שפת אמת" האט נאך געלעבט. אלול תרע"ה האט ער חתונה געהאט מיט זײַן קוזין יוטא הענא אלטער, א טאכטער פון זיין פעטער רבי נחמיה אלטער, מיט וועמען ער האט געהאט דרײַ קינדער. דאס עלצטע קינד, א טאכטער, איז אוועק נאך געציילטע חדשים. מיט א צען יאר שפעטער האט ער געהאט נאך א טאכטער, רבקה פייגא. זי האט חתונה געהאט מיט הר"ר מאיר מאנדל (נפ' ט"ו כסלו תשע"ג), דערנאך מיט ר' חזקיהו לעוו. זי איז נפטר געווארן י"א אב תשנ"ז 1997 איבערלאזנדיג אן איינציגן זון הר"ר נחמיה מאנדל, ראש כולל פונעם גערער "בית ישראל" אין אשדוד. כ"ט אייר תשצ"ט, קורץ פאר דער צווייטער וועלט מלחמה ,איז געבוירן דער איינציגער זון פונעם "לב שמחה", דער הײַנטיגער גערער רבי שליט"א, הר"ר יעקב אריה אלטער.
אין אלול תרצ"ד האט ער זיך באזעצט אין ארץ ישראל. ער איז געבליבן דארט ביז ניסן תרח"ץ, ווען ער איז צוריקגעפארן קיין גער כדי אויפצוטון אז זיין פאטער זאל זיך קענען אריבערציען קיין ארץ ישראל.
נאך זײַן פאטער'ס פטירה אין תש"ח איז זײַן עלטערער ברודער דער "בית ישראל" געווארן גערער רבי, און ער (הר"ר שמחה בונם) מיט זײַן משפחה האט געוואנדערט פון ארץ ישראל קיין סאן זשערמען לעבן פאריז אין פראנקרייך. דערנאך האבן זיי זיך געצויגן קיין אנטווערפן אין בעלגיע. שפעטער האבן זיי אײַנגעוואנדערט צוריק קיין ארץ ישראל, און האבן זיך באזעצט אין דער מחנה יהודה געגנט אין ירושלים.
רעביסטעווע
ווען דער בית ישראל איז אוועק האבן גערער חסידים אויפגענומען אים אלס רבי, ער איז דעמאלסט געווען קרוב צו די שמונים. אין יאר תשמ"ו איז ער געווארן שטארק קראנק, אבער ער האט ווײַטער געפירט די רביסטעווע ביז סוף ימיו. אפילו קראנקערהייט פלעג ער ארײַנקומען אין בית המדרש און אפילו געפירט טישן ווען נאר מעגליך. מיטוואך ז' תמוז תשנ"ב 1992, אויפן יארצייט פון זיין עלטער זיידן דעם ברוך טעם, איז ער אוועק פון דער וועלט אויפן עולם האמת. זײַן ממלא מקום אלס רבי איז געווען זײַן יונגערער ברודער דער פני מנחם.
די תורות וואס ער האט געזאגט בײַ טישן א.ד.ג. זענען געדרוקט אין לב שמחה (דרײַ בענדער).
זײַן ארבעט פארן ברייטערן צבור
במשך די יארן תשל"ז - תשנ"ב, ווען דער רבי שמחה בונם האט געפירט די גערער רעביסטיווע, האט ער אײַנגעפירט עטליכע תקנות. למשל, האט ער באגרעניצט וויפיל מען מעג ארויסגעבן אויף שמחות ווי א בר מצוה אדער א חתונה, וווּ א יונגער פאר פאלק מעג וווינען נאך דער חתונה (נישט ירושלים אדער בני ברק). ער האט אויך געפירט א קאמף קעגן רייכערן פאפיראסן. ער האט שטארק געדרוקט אז די עלטערע חסידים וואס רייכערן זאלן אויפהערן, און אז בחורים און יונגעלײַט זאלן בכלל נישט קלערן אנצוהייבן. ער האט געשאפן אז מ'זאל אויפשטעלן נײַע פראיעקטן אין פארשידענע שטעט, צום ביישפיל אין חצור הגלילית, ערד און אשדוד, בכדי צו מאכן ביליגער די הוצאות פון וווינונג.
אין תשמ"ב האט ער געפירט דעם קאמף קעגן חילול שבת פון דער פליגער געזעלשאפט אל על.
משפחה
רבי שמחה בונים האט חתונה געהאט מיט מרת יוטא הענא, א טאכטער פון זיין פעטער רבי נחמיה אלטער. זיי האבן געהאט דריי קינדער:
- רבי יעקב אריה אלטער, דער היינטיגער גערער רבי.
צום ליינען
- אור זרוע לצדיק, הרב בן ציון קלוגמן, תשס"א (דרײַ בענדער)
- לבם של ישראל, הרב מרדכי גרליץ.
פריערדיגער: הרב ישראל אלטער בית ישראל |
גערער רבי תשל"ז - תשנ"ב "לב שמחה" |
נאָכפאלגער: הרב פינחס מנחם אלטער פני מנחם |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!