רוי:עגלע בענדיקייטע
עגלע בענדיקײטע (Eglė Bendikaitė) (געבוירן 1976) איז אַ ליטװישע היסטאריקערין און אוניװערסיטעט־לערערין פאַר אידיש.
ביאגראפיע
עגלע בענדיקײטע איז זינט 2001 אוניװערסיטעט־לערערין פאַר ייִדיש בײַם װילנער ייִדיש אינסטיטוט אין װילנער אוניװערסיטעט, און זינט 2002 אָנגעשטעלט בתּורת פאָרשערין בײַם ליטװישן אינסטיטוט פאַר געשיכטע אין װילנע. זינט 2012 פאָרשט זי בײַם אינסטיטוט פאַר גלאָבאַלע און אײראָפעישע שטודיעס בײַם לײפּציגער אוניװערסיטעט.
2006 האָט זי אױסגעגעבן דאָס בוך "די ציוניסטישע באַוועגונג אין ליטע" (אױף ליטװיש).
ד"ר בענדיקײטע פאָרשט װעגן דער געשיכטע פון ייִדישע פּאָליטישע און קולטורעלע באַוועגונגען אין ליטע צװישן די צװײ װעלט־מלחמות, דער געשיכטע פון אַנטיסעמיטיזם אין ליטע און דער געשיכטע פון װאַנדערונגען פון ייִדן אין ליטע.
זי האָט אָרגאַניזירט דעם אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיון "דאָס לעבן, װערק און װירקן פון יעקבֿ ראָבינזאָן" דעם 22סטן אָקטאָבער 2007 אין קאָװנע. עס איז געװען געװידמעט דעם פעלקעררעכט־יוריסט, פּאָליטיקער און היסטאריקער יעקבֿ ראָבינזאָן (העברעיש׃ יעקב רובּינזון).
בײַם אינסטיטוט פאַר גלאָבאַלע און אײראָפעישע שטודיעס בײַם לײפּציגער אוניװערסיטעט פאָרשט ד"ר בענדיקײטע זינט 2012 װעגן "דעם לעבן, װערק און װירקן פון שמשון ראזנבױם. פּאָליטישע ביאָגראַפיע פון אַ גרױסער מנהיג־פּערזענלעכקײט פון די ציוניסטישע באַװעגונג".
װעבלינקען
- רשימה פון פּובליקאַציעס פון ד"ר בענדיקײטע
- פּראָגראַם פונעם אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיון "דאָס לעבן, װערק און װירקן פון יעקבֿ ראָבינזאָן" (קאָװנע, דעם 22סטן אָקטאָבער 2007, אױף ענגליש און ליטװיש)
- באַשרײַבונג פונעם פאָרשונג־פּראָיעקט "דאָס לעבן, װערק און װירקן פון שמשון ראזנבױם. פּאָליטישע ביאָגראַפיע פון אַ גרױסער מנהיג־פּערזענלעכקאײט פון די ציוניסטישע באַװעגונג" (אױף ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!