רוי:אפרים מירוויס

פון המכלול
ווערסיע פון 20:30, 16 נאוועמבער 2022 דורך YI>חידות
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אפרים מירוויס
ווייב ולרי קפלן מירוויס

הרב אפרים מירוויס (ענגליש: Ephraim Mirvis; געב' 1956) איז א בריטישער רב, וואס מ'האט געוויילט צו דינען ווי דער הויפט רב פון בריטאניע, אנהייבנדיק אין תשע"ד.

לעבנסגעשיכטע

מירוויס איז געבוירן געווארן אין קאפשטאט, דרום אפריקע, אין 1956 צו זיינע עלטערן הרב ד"ר ליאָנעל מירוויס און זיין ווייב פֿרידאַ. אין 1973 האט ער אימיגרירט אין ישראל, וואו ער האט געלערנט אין דער כרם ביבנה ישיבה (1973-1976) און אין הר עציון ישיבה (1976-1978). פון 1978 ביז 1980 האט ער געלערנט אין מכון אריאל, וואו ער האט באקומען היתר הוראה. ער האט אויך שטודירט פאר א דיפלאם אין בילדונג און תנ"כיש העברעיש פונעם אוניווערסיטעט פון דרום אפריקע. אויך האט ער קבלה ווי א שוחט און מוהל.

ער וואוינט מיט זיין משפחה אין פינטשלי, לאנדאנער בארא פון בארנעט.

רבנות

אין 1982 האט מען אים באשטימט רב אין איינער פון די קהילות אין דובלין, אירלאנד, און אין 1985 איז ער געווארן הויפט רב פון אירלאנד. צווישן די יארן 1985–1992 איז ער אויך געווען פרעזידענט פון דעם קאנסיליום פון קריסטן און יידן (Council of Christians and Jews) אין אירלאנד.

זייט 1992 איז ער דער ערשטער רב פון דער פינטשלי שול.

אין דעצעמבער 2012 האט די ק"ק כנסת ישראל אויסגערופן זיין באשטימונג צום אמט פון הויפט רב פון בריטאניע, אנהייבנדיק פון תשע"ד.

משפחה

מירוויס האט חתונה געהאט מיט וואלערי קאפלאן, פון וועמען ער האט פינף קינדער: ליאורה, הלל, דניאל, נועם און איתן.

וועבלינקען


מוסטער:רב-שטומף