רוי:אפאלער וואיעוואדעשאפט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
|
די אפאלער וואיעוואָדעשאַפט (פּויליש: województwo opolskie וואיעוואָדזטווא אפאלסקיע), אויך אפאלער גובערניע איז די קלענסטע און ווייניגסט־באפעלקערטע וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין פוילן. זי איז איינע פון די זעכצן פוילישע וואיעוואדעשאפטן געשאפן אין 1999, מיט א שטח פון 9,412.5 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 1 מיליאן באוואוינער. די הויפטשטאט פון דער וואיעוואָדעשאַפט איז אפאלע (128,034).
זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער אפאלער וואיעוואדעשאפט און א טייל פון דער טשענסטכאווער וואיעוואדעשאפט. דער נאמען פון דער פראווינץ שטאמט פון דער הויפטשטאט און גרעסטער שטאט, אפאלע.
אפאלעיע גרענעצט אונטערשלעזיע צו מערב, גרויספוילן און לאדזשער וואיעוואדעשאפט צו צפון, שלעזיע צו מזרח, און טשעכיי צו דרום.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|