רוי:בונד
בונדיזם: אַלגעמיינער ייִדישער אַרבעטערסבונד אין ליטע, פּוילן און רוסלאַנד.
דער בונד איז אַ ייִדישע סאָציאַליסטישע באַוועגונג פון מזרח אייראָפּע. דער ערשטער קאָנגרעס פונעם בונד איז געווען אין ווילנע אין 1897.
די אידעאַלאָגיע פון בונד איז געווען סאָציאליסטיש, וועלטליכער און ייִדיש. לויט דעם בונדס אידיאַלאָגיע נאָר קולטורעלע פרײַהײַט פאַר אַלע מינדערהייטן, און בפרט פאַר דעם ייִדישן פאָלק קען זײַן אַן אמת'ער סאָציאליסטישע פרײַהײַט.
דער בונד האָט געשפּילט אַ זייער וויכטיק ראָלע אין ציש"א, דער יידישער וועלטליכער שול וועזן אין פּוילן צווישן די וועלט מלחמות.
דער בונד האָט אָרגאַניזירט אַרבעטער פאַראיינען, צו פאָרמינערן די עקספּלאַטירן פונעם אַרבעטער קלאַס דורך די רייכערע בעלי בתים, אויך האָבן זיי געמאַכט סטרײַקן, צו פאַרבעסערן די געהאַלט און די תּנאים פון די אַרבעטער.
איר סלאָגאַן איז געווען, "פּראָלעטאַריער פון אַלע לענדער פאראייניגט אײַך".
וועבלינקען
- פילם דאקומענטאציע איבער'ן בונד http://www.youtube.com/watch?v=DZytmTmZbbk
- דער בונד אין בילדער, 1957-1897
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!