רוי:פראנאם
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אַ פּראָנאָם איז אַ וואָרט וואָס מען ניצט במקום אַ סובסטאַנטיוו. מען ניצט אַ פראָנאָם למשל פאַר אַן אָביעקט וואָס מען האָט שוין דערמאָנט פריער. דהייַנו: "נעכטן האָב איך געזען משה. ער איז אַריבערגעגאַנגען די גאַס."
פּראָנאָמען אין כּלל־ייִדיש
פּערזאָן | איינצאָל | מערצאָל |
---|---|---|
ערשטער | איך | מיר |
צווייטער | דו | איר |
דריטער | ער/זי/עס | זיי |
פּערזאָן | איינצאָל | מערצאָל |
---|---|---|
ערשטער | מיך | אונדז |
צווייטער | דיך | אייַך |
דריטער | אים/זי/עס | זיי |
פּערזאָן | איינצאָל | מערצאָל |
---|---|---|
ערשטער | מיר | אונדז |
צווייטער | דיר | אייַך |
דריטער | אים/איר/-- | זיי |
נאך א פרעפאזיציע ניצט מען געווענליך די דאטיווע פארעם.
הערות
- דער פּראָנאָם פון צווייטן פּערזאָן איינצאָל ניצט מען נאָר צו קינדער און גוטע פרייַנט. ווען מען רעדט מער פאָרמאַל ניצט מען אַלעמאָל די מערצאָליקע פאָרם אפילו רעדנדיק צו אייַן מענטש.
- אויף ליטווישער ייִדיש ניצט מען די דאַטיווע פאָרמען אפילו ווען דער זאַץ פאָדערט אַן אַקוזאַטיוו.[1]
- 'עס' האָט קיין דאטיווע פאָרעם[1].
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!