רוי:גלות נאציאנאליזם

פון המכלול
ווערסיע פון 01:04, 1 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פילאסאפיע" ב־"פילאזאפיע")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער גלות־נאַציאָנאַליזם איז אַ פּאָליטישע און פילאָסאָפישע אידיִאָלאָגיע אױסגעטראַכט פון נתן בירנבױם אינעם אָנהײב פונעם 20סטן יאָרהונדערט. עס האַלט אַז ייִדן דאַרפן ניט קײן לאַנד אָדער מדינה צו האָבן אַ נאַציאָנאַלע עקסיסטענץ. דערצו זײַנען ייִדן שױן אַ פאָלק פון פאַרשײדענע רײַכע עדות/נאַציעס אינעם גלות. דער גלות־נאַציאָנאַליזם האַלט אַז ייִדן דאַרפן נאָר אָנערקענונג און האַלבאױטאָנאָמיע, צו שאַפן אַ געזונטע נאַציאָנאַלע קולטור אין גלות. אין אַ געוויסן זין איז דאָס טאַקע ניט קיין "נאַציאָנאַליזם".

בירנבױמס מאָטאָ איז געװען "ישׂראל גײט פאַר ציון". ד"ה ייִדן און זײערע קולטורן אין גלות זײַנען װיכטיקער װי אַ בענקשאַפט נאָך דעם װאָס איז נאָך נישטאָ.

פאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה האָבן מער װי 75% פון דער װעלטס ייִדן געהערט צו דער ייִדיש־רעדנדיקער עדה. בירנבױם און אַנדערע גלות־נאַציאָנאַליסטן האָבן געמײנט אַז אַ אינטערנאַציאָנאַלע גלות־קולטור װעט געבױט װערן אין יענער שפּראַך. אָבער חײם זשיטלאָװסקי, אַ באַרימטער פילאָסאָף, האָט געמײנט אַז אַלע עדות, אַרײַנגענומען די לאַדינאָ און מזרחדיקע עדות, האָבן אַ רעכט צו אָנערקענוג און האַלבאױטאָנאָמיע, אפילו אין אַ צוקונפטיקער ייִדישער מדינה.

נתן בירנבױמס געדאַנקן זײַנען אָנגערעגנט געװאָרן פון שמעון דובנאָװס "בריװן װעגן אַלטע און נײַע ייִדישקײט" און קאַרל רענערס "דער קאַמף דער עסטרײַכישן נאַציע און דעם שטאָט".

בײַם הײַנטיקן טאָג קעמפן די גלות־נאַציאָנאַליסטן אי קעגן דער העגעמאָניע פונעם ציוניזם ,װי די הױפּט־אידיִאָלאָגיע פון נאַציאָנאַל־באַװוּסטזיניקע ייִדן, אי קעגן דער אַסימילאַציע; װאָס האַלט אַז ייִדן זײַנען נאָר אַ רעליגיעזישע גרופּע אָדער ,נאָך ערגער, אַ דערװײַליקע גרופּע.

רעפערענץ

גאָלדשמיט, עמנואל. מאָדערן ייִדישע קולטור. ניו־יאָרק: פאָרדאַם אוניװערסיטעט פאַרלאַג, 2000

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!