רוי:מאגישער טעפעך
א מאַגישער טעפּעך (אויך גערופן א פליענדיקער טעפּעך) איז א לעגענדאַרישער טעפּעך וואס קען ווערן באנוצט צו טראַנספּאָרטירן זיינע רייַטערס צו זייערע ציל שנעל אדער שוין באַלד.
ערשט האבן מאַגישע טעפּעכער דערשייַנט אין דער אַראַבישער אדער פּערסישער פאָלקלאָר, און זיי זענען דערמאנט אין די מעשיות פון טויזנט און איין נעכט. די הצלחה פון דער מעשה-ציקל אין אייראפע האט געבראכט דער טערמין צו דער אייראפעישער פאָלקלאָר.
לויט דער רוסישער פאָלקלאָר האט די מכשפה באַבאַ יאַגאַ געגעבט איוואַן דער נאַרישער א פליענדיקער טעפּעך . דער טעפּעך ווערט באַשרייַבט אין פילע בילדער פונעם רוסישער מאָלער וויקטאָר וואַסנעצאָוו.
אַ סך פילמען האבן גענוצט מאַגישע טעפּעכער, וואס שליסן איין די "דער גנב פון באַגדאַד" פילמען (1924 און 1940) און דער אַנימירטער פילם "אַלאַדין" פון די וואָלט דיזני פירמע.
אידישקייט
די באַשרייַבונג פון א מאַגישער טעפּעך דערשייַנט אויך אין דער יידישער פאָלקלאָר, אין די לעגענדע פון דער טעפּעך פון שלמה המלך, וואס פליט דורך שלמה'ס קאנטראל איבער דער ווינט און דערלויבט אים צו עסן פרישטיק אין דמשק און נאכטמאל אין מדי.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: מאגישער טעפעך |
- דער פליענדיקער טעפּעך פון שלמה המלך ביי די יידישע ענציקלאפעדיע (ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!