רוי:טרומייט

פון המכלול
ווערסיע פון 19:41, 29 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישקייט" ב־"אידישקייט")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
♭B טרומייט

אַ טרומייט איז אַ מוזיק־אינסטרומענט. פון די מעטאַלע בלאָז־אינסטרומענטן האָט ער דאָס העכסטע קול. טרומייטן זענען גאָר אלטע אינסטרומענטן, וואָס מ'האָט שוין געניצט פאר דרײַ טויזנט יאָר. מען שפּילט א טרומייט מיט בלאָזן לופט דורך פארמאכטע ליפּן. זינט 15טן יאָרהונדערט מאכט מען טרומייטן פון א מעשן טרײַבל, געבויגן צוויי מאָל. הײַנטיקע טרומייטן האָבן ווענטיל צו ענדערן דאָס קול.

מען שפּילט דעם טרומייט אין קלאסישער מוזיק און אין דזשעז.

דער טרומייט איז געמאכט פון עטלעכע טיילן. מען בלאָזט דורכן פּיסקל.

אין מאריאטשי מוזיק פלעגט מען שפּילן נאָר סטרונע אינסטרומענטן, אָבער אין 1932 האָט מען אָנגעהויבן אײַנפירן טרומייטן און הײַנט יעדע מאריאטשי טרופע שליסט אײַן א טרומייט.

אין אידישקייט

די תּורה זאָגט, אז מען פלעגט בלאָזן חצוצרות אין דעם מדבר. די משנה אין מסכת תענית ברענגט, אז אין א תענית האָט מען געבלאָזן די חצוצרות אינעם בית המקדש.

זעט אויך

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!