המכלול:רייניגונג פראיעקט/פראצעדור

פון המכלול
< המכלול:רייניגונג פראיעקט
ווערסיע פון 23:26, 27 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פארברייטערט, רעדאגירונג, מכלוליזאציע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער פראיעקט נעמט אריין צוויי חלקים: באקוקן און דורכזיפן דעם אינהאלט פון די ארטיקלען; און פאררעכטן דעם שפראך צו ריכטיג אידיש. איר קענט טון סיי וועלכע פון די צוויי איז אייך ניחא, אויף וועלכן סדר איר ווילט. אויב איז אייך גרינגער צו טון ביידע פון זיי אויפאמאל, איז אוודאי גוט.

באקוקן אינהאלט

אלע ארטיקלען וועלן באקומען די "אומבאקוקט" קאטעגאריע. דער ציל איז אז זיי זאלן אלע ווערן באקוקט און די קאטעגאריע אראפגענומען[1].

על רגל אחת, צו קענען אראפנעמען דעם קאטעגאריע דארף מען:

  1. אויסמעקן אדער פאררעכטן וואס דארף גערייניגט ווערן
  2. צולייגן פאסיגע קאטעגאריעס[2], צו קענען נעמען ווייטערדיגע שריט.

עס איז אויך ראטזאם צו:

  1. פארבינדן צום רעלעוואנטן ערך אין המכלול העברי, אז עס זאל ארויפקומען ביי דער זייט אונטער'ן קעפל "אין אנדערע שפראכן"[3].

דאס איז די גאנצע, ואידך פירושא. ווי פאלגנד:

רייניגן אינהאלט

וויכטיג: דרוקט אויף "קוקט נאך פארדעכטיגטע ווערטער" (ביים זייט פונעם בלאט), און מאכט זיכער אז איר האט באמערקט אלע ווערטער וועלכע זענען געווארן קאלירט. נישט אלעמאל זענען די ווערטער באמת פראבלעמאטיש, אבער עס איז נישט ערלויבט אוועקצונעמען דעם [[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] איידער איר האט איבערגעקוקט אלע אזעלכע ווערטער. פון די אנדערע זייט, קען מען נישט אויפכאפן אלע פראבלעמען אויף דעם וועג. איר דארפט אליין אויך איבערקוקן דעם בלאט איידער איר גייט ווייטער[4]. און דאן:

  • אויב דאס גאנצע ארטיקל באשטייט בלויז פון קלארע כיעור, מינות, און אנדערע זאכן צו רייניגן, דאן מעקט אויס דעם בלאט.
  • אויב איז פארהאן קלארע כיעור, מינות, ראיות אסורות, וכדומה, אינמיטן אן ארטיקל, מעקט אויס דעם שטיקל[5], און:
  • אויב דער גאנצער בלאט, אדער א חלק דערפון, איז אין די גרויע תחום צווישן האלטן אדער מעקן, אדער עס איז אומקלאר גענוי וויפיל און וויאזוי צו טוישן, דאן:
    • לייגט צו דעם [[קאטעגאריע:פאדערט צופאסונג]]
    • פרובירט צו עפענען א שמועס דערוועגן דא אינעם רייניגונג פראיעקט, מיר זאלן צוזאמען צוקומען צו ריכטיגע פרינציפן און מהלכים.

רייניגן בילדער

  • בילדער וועלכע קענען נישט גערייניגט ווערן, מעקט אויס.
  • א בילד פון א בנין וואס בלויז ביי די זייט קען מען באמערקן נשים, וכדומה, שניידט זיי אוועק דורך "מעקט בילדער".

אויב זיך שפילן מיט בילדער איז נישט פאר אייך, קענט איר עס דערמאנען ביים בילדער בלאט און לאזן די ארבעט פאר אנדערע.

צולייגן פאסיגע קאטעגאריעס

ווען איר ליינט איבער דעם אינהאלט בתשומת לב, כדי עס צו רייניגן, איז די פאסיגסטע צייט צו געבן נאך עטליכע סעקונדעס מחשבה און ריכטיג קאטעגאריזירן דעם ארטיקל, כדי צו שפארן גאר אסאך צייט און ארבעט אויף שפעטער. ווי פאלגנד:

  • אויב דער ארטיקל שפירט זיך פרעמד, ווייל עס רעדט זיך איבער עניני אמונות ודעות וכדומה בלויז פון א סעקולארן שטאנדפונקט, דאן לייגט צו דעם [[קאטעגאריע:פעלט אידישע בליק]].
  • א גרויס חלק ארטיקלען זענען כמעט בלויז ווערטערבוך-זאצן. ווען די נושא פאר זיך איז פאסיג און קען נוצן אן ארטיקל, דאן מעקט עס נישט אויס, נאר שטעלט דעם [[קאטעגאריע:פיצעלע ארטיקל]]. ווען די נושא פאר זיך איז נישט אזוי איי איי איי, קען מען גרינגער מעקן ווען צו דעם איז עס נאך פיצל.
  • ערכי יהדות וועלכע דארפן פארברייטערט ווערן איידער מיר גייען לרשות הרבים, צו טראגן א שטיקל פנים, שטעלט צו דעם [[קאטעגאריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן]].
  • ערכי יסוד אין אנדערע געביטן וועלכע דארפן פארברייטערט ווערן איידער מיר גייען לרשות הרבים, צו טראגן א שטיקל פנים, שטעלט צו דעם [[קאטעגאריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן]].

אין די אלע פעלער, איז שטארק ראטזאם צו פארבינדן דעם ארטיקל צום רעלעוואנטן ערך אין המכלול העברי,ווי אויבן דערמאנט.

פאררעכטן שפראך

אלע ארטיקלען וועלן באקומען די "אויף יידיש" קאטעגאריע. דער ציל איז אז זיי זאלן אלע ווערן פארבעסערט אין שפראך (אויב פעלט אויס) און די קאטעגאריע אראפגענומען.

דאס נעמט אריין:

  • טוישן די ווערטער פון יידיש אויף אידיש. ווען איר ניצט דעם "רעדאגיר" אפציע, קענט איר זיך אויך אביסל ארויסהעלפן מיט'ן "בדיקה" קנעפל, אונטן[6].
  • אריבערפירן ארטיקלען איבער רבנים, רביים, וכדומה, אז דער נאמען פון ארטיקל זאל זיך אנהייבן מיט "רבי", אויסער די וועלכע מען רופט "הרב" אויף היימיש אידיש וועלכע דארפן ווערן אריבערגעפירט אהין. מאכט זיכער אז איר לאזט א ווייטערפיר צום אלטן נאמען.
  • פאררעכטן נעמען און פארבינדונגען פון בילדער און מוסטערן, אז זיי זאלן זיך צייגן ריכטיג. אויב איז דער חלק נישט פאר אייך, קענט איר עס דערמאנען ביים צובראכענע לינקס בלאט און לאזן די ארבעט פאר אנדערע.

צום אויספיר, האט איר אסאך מעגליכקייטן וויאזוי זיך צו טיילן מיט די ארבעט מיט אנדערע און טון אייערס מיט געשמאק. סיי וואס אין וויפיל איר טוט, זענט איר פון די עשרה ראשונים אויפצובויען דעם בית הגדול שמגדלים בו תורה וחכמה בעז"ה!

הערות

  1. אויב ווייסט איר נישט, לערנט אייך ווי אזוי מען נעמט אראפ א קאטעגאריע.
  2. אויב ווייסט איר נישט, לערנט אייך ווי אזוי מען לייגט צו א קאטעגאריע.
  3. אויב ווייסט איר נישט, לערנט אייך ווי אזוי צו פארבינדן מיט המכלול העברי.
  4. ווען איר באגעגנט פארדעכטיגע ווערטער וועלכע זענען נישט אויף די ליסטע - דהיינו, ווערטער וועלכע פאדערן אלעמאל אויפמערזאמקייט, זיכער צו מאכן אז זיי זענען כשר אין קאנטעקסט וואו זיי זענען - ביטע שטעלט עס אהער אין "מילים חשודות" אפטיילונג. ווען א געוויסע ווארט אויף די ליסטע איז, לויט אייך, איבריג און אינגאנצן נישט פארדעכטיגט, קענט איר עס אויך אויסשמועסן.
  5. אין פאל וואס איר זעט קלארע פראבלעמען אין דעם ארטיקל, אבער איר זענט יעצט נישט דערביי עס אינגאנצן צו פאררעכטן, איז ראטזאם עס באריכטן. דאס וועט זיכער מאכן אז דער פראבלעם ווערט נישט פארגעסן, און אנדערע - אדער איר אין א צווייטע געלעגנהייט - וועלן צוריקקומען דערצו.
  6. מיט דער צייט וועט האפנטליך א גרויס חלק פון די ארבעט קענען ווערן אויסגעפירט אויטאמאטיש. אויב איר טרעפט אייך מערערע מאל טוישן איין געוויסע ווארט פון יידיש-אויסלייג צו אידיש, ביטע שטעלט אהער דעם יידישן ווארט אין ערשטן קאלום און אייער ערזאץ אין דריטן.