רוי:וואשינגטאניא
די װאַשינגטאָניִאַ איז א מין (Washingtonia) פון דער משפחה פון פּאַלמעס (Palmae) מיט בלעטער װאָס האָבן די צורה פון אַ האַנט. די װאַשינגטאָניִאַ שטאַמט פון קאליפארניע און צפון-מערב מעקסיקא, אָבער װערד געפלאַנצט אין אַ סך וואַרעמע געגענטן. אין ישׂראל איז זי אַ באַליבטער בױם אין בולעװאַרס.