רוי:קאמעראן בויס
קאַמעראָן בויס (ענגליש: Cameron Boyce; 28סטן מיי 1999 - 6טן יולי 2019) איז געווען א יידיש-אמעריקאנער אקטיאר און טענצער וואס האט געשפילט אין א סאך פילמען און טעלעוויזיע סעריעס אדורך זיין קאריערע. ער איז געווען באקאנט פאר זיינע ראלעס אין די פילמען "שפיגלען", "פרענזל אויג", "דערוואקסענער" און "דערוואקסענער 2", און אויך אלס קאַרלאָס אין די "נאכקומערס" טעלעוויזיע פילמען, לוק ראָס אין דער דיזני קאנאל קאמעדיע סעריע "דזשעסי" און קאָנאָר אין דער דיזני XD סעריע "דאָס גיימער'ס האנטבוך צו אלץ אין אלגעמיין".
בויס איז געבוירן געווארן דעם 28סטן מיי 1999 אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע.
אדרוך 40 טעג אין 2017 האט בויס געהאָלפן אריינציען מער ווי $27,000 פארן דאָרשט פראיעקט (ענ'), וואס העלפט ברענגען זויבערע וואסער צו אומאַנטוויקלטע מדינות.
לויט א דעקלאראציע פון בויס'נס משפחה, דעם 6טן יולי 2019 איז בויס נפטר געוואָרן אין זיין שלאף "צוליב א טרייסלונג פון אן אױסגעצױגענע היילנדיקע האַלטונג פאר וועלכער ער איז קורירט געווען". די אויסגעצויגענע האלטונג איז שפעטער באשטימט געווען אלס עפילעפסיע.